3,000 פֿרויען רופֿן צום שלום בײַ דער כּנסת

3,000 Women Hold Peace Demonstration Outside Knesset

די פֿרויען־באַוועגונג, וואָס קעמפֿט פֿאַרן שלום, פּראָטעסטירט דעם 4טן מאַרץ בײַ דער כּנסת.
Miriam Alster/Flash90
די פֿרויען־באַוועגונג, וואָס קעמפֿט פֿאַרן שלום, פּראָטעסטירט דעם 4טן מאַרץ בײַ דער כּנסת.

פֿון ייִט״אַ

Published March 06, 2015, issue of April 03, 2015.

דרײַ טויזנט פֿרויען האָבן פּראָטעסטירט מיטוואָך, דעם 4טן מאַרץ, קעגנאיבער דעם כּנסת־בנין, רופֿנדיק צום שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

די אָרגאַניזאַציע „נשים עושׂות שלום‟ („פֿרויען מאַכן שלום‟), וועלכע האָט אָרגאַניזירט די דעמאָנסטראַציע, איז געגרינדעט געוואָרן נאָך דער מלחמה אין עזה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. אין דער גרופּע באַטייליקן זיך בערך 7,000 מיטגלידער.

בעת דער דעמאָנסטראַציע, האָבן די דעמאָנסטראַנטקעס זיך געשטעלט אין אַ קרײַז אַרום דער כּנסת, און אָנגעהויבן סקאַנדירן: „דאָס איז אמת, נישט קיין חלום, אַז די פֿרויען מאַכן שלום‟. די באַטייליקטע האָבן אויך געזונגען דאָס ליד „שיר לשלום‟, וואָס יצחק ראַבין האָט געזונגען אויף אַ דעמאָנסטראַציע נישט לאַנג פֿאַר זײַן טראַגישן אומקום אין 1995.

יעל אלעד, וואָס פֿירט אָן מיטן פּרעסע־אָפּטייל פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט באַטאָנט, אַז ס׳איז געקומען די צײַט פֿאַר די פֿרויען אָנטיילצונעמען אינעם דיאַלאָג וועגן זיכערהייט און שלום. די גרופּע טענהט, אַז אויף דער טעלעוויזיע און ראַדיאָ, ווען עס גייט די רייד וועגן שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, זעט מען און מע הערט בלויז מענער, וואָס דינען ווי אַרמיי־גענעראַלן אָדער פֿאַרנעמען הויכע פּאָליטישע פּאָזיציעס. די אַקטיוויסטקעס גלייבן, אַז די פֿרויען דאַרפֿן אויך אויסדריקן זייער אויפֿרוף צום שלום.