אַן איראַנישער שפּיאָן פֿאַרמישפּט אין ישׂראל

Spy For Iran Convicted In Israel

די אַמבאַסאַדע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין תּל-אָבֿיבֿ
די אַמבאַסאַדע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין תּל-אָבֿיבֿ

פֿון ייִט״אַ

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

אַן אויסלענדישער בירגער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אין ישׂראל פֿאַרן שפּיאָנאַזש לטובֿת איראַן.

דינסטיק, האָט דאָס צענטראַלע קרײַז־געריכט אין לוד פֿאַראורטיילט דעם 56־יאָריקן אַלי מאַנסורי צו זיבן יאָר תּפֿיסה, ווי אַ טייל פֿון אַ מישפּט־הסכּם, פֿאַרן שפּיאָנירן און העלפֿן דעם שׂונא אין דער מלחמה־צײַט. לויט דער נײַעס־אַגענטור „רויטערס‟, האָבן די ריכטער באַשטעטיקט, אַז די אינפֿאָרמאַציע, וועלכע דער פֿאַרמישפּטער האָט איבערגעגעבן דער איראַנישער רעגירונג, האָט געהאַט בלויז אַ קליינע ווערט.

מאַנסורי איז געבוירן געוואָרן אין איראַן און האָט די איראַנישע בירגערשאַפֿט. אינעם יאָר 2005, האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ בירגערין פֿון בעלגיע און דורך איר באַקומען אַ בעלגישן פּאַספּאָרט. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט ער זיך מיט איר געגט און געביטן זײַן נאָמען. לויט די ידיעות פֿונעם געריכט, האָט די איראַנישע רעגירונג אים ווערבירט אינעם יאָר 2012 ווי אַ שפּיאָן.

דעם 11טן סעפּטעמבער 2013, האָט מען אַרעסטירט מאַנסורי אינעם בן־גוריון־עראָפּאָרט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ און אַנדערע סטראַטעגיש־וויכטיקע אָביעקטן, וועלכע קאָנען אַטאַקירט ווערן בעת אַ מלחמה. דאָס ישׂראלדיקע געריכט גלייבט, אַז ער האָט געזאַמלט די אינפֿאָרמאַציע פֿאַר דער איראַנישער „איסלאַמישער רעוואָלוציאָנערער גוואַרדיע‟.

מאַנסורי איז געקומען קיין ישׂראל ווי אַ בעלגישער געשעפֿטסמאַן מיטן נאָמען אַלעקס מאַנס. ווי מע גיט איבער, האָט ער זיך מודה געווען די ישׂראלדיקע אויספֿאָרשער, אַז די איראַנישע רעגירונג־אינסטאַנצן האָבן אים פֿאַר זײַן אינפֿאָרמאַציע פֿאָרגעלייגט אַ מיליאָן דאָלאַר.