שוועדישע יונגע לײַט באַקעמפֿן נעאָ־נאַציס

Swedish Teens Confront Neo-Nazis

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published May 03, 2015, issue of May 29, 2015.

די מיטגלידער פֿון אַ שוועדישער יוגנט־באַוועגונג האָבן געגרינדעט אַן אַנטי־פֿאַשיסטישע קאַמפּאַניע אין אַ מיטלשול אין וואַרבערג, דרום־שוועדן, נאָך דעם ווי אַ גרופּע גאָלע־קעפּ האָט איבערגעריסן אַ לעקציע געגעבן פֿון איינעם פֿון די שארית־הפּליטה.

נאָך דעם אינצידענט האָבן מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע SSU, פֿון דער צענטראַל־לינקער „שוועדישער פּאַרטיי פֿון סאָציאַל־דעמאָקראַטן‟ אויפֿגעשטעלט אַ בודקע אין דער שול, האַלטנדיק טראַנספּאַראַנטן מיט די ווערטער: Sieg Heil - Hell No.

מאָנטיק, דעם 22סטן אַפּריל, אין אָוונט האָט מיעטעק גראָשער, אַ 89־יאָריקער ייִד, געהאַלטן אין מיטן דערציילן וועגן זײַנע איבערלעבונגען במשך פֿונעם חורבן פֿאַר די סטודענטן אין דער מיטלשול „פּעדערס סקריוואַרעס‟, ווען עס האָבן אַרײַנמאַרשירט, צום ווייניקסטן, זעקס נעאָ־נאַציס אין די 20ער, און אָנגעהויבן פֿאָטאָגראַפֿירן די צוהערער.

דער שול־דירעקטאָר, מאַרטין אַוגוסטסאָן, וועלכער האָט אָרגאַניזירט דעם אָוונט, האָט געקלונגען דער פּאָליציי, אָבער גראָשער האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק און ווײַטער גערעדט. „איך בין שוין צוגעוווינט צו אַזוינע שטערונגען בעת מײַנע עפֿנטלעכע לעקציעס וועגן דעם חורבן,‟ האָט גראָשער געזאָגט דער צײַטונג „האַלאַנדס ניהעטער‟. „כ׳האָב נישט קיין מורא, אָבער ס׳איז נישט אײַנגענעם. ווען איך בין געקומען קיין שוועדן, האָט זיך מיר גאָר נישט אויסגעדאַכט, אַז כ׳וועל אַ מאָל האָבן צו טאָן מיט נעאָ־נאַציזם, אָבער אַזוי איז טאַקע געשען.‟

מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער האָט רישאַרד יאָמשאָף, אַ פֿירער פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי „שוועדישע דעמאָקראַטן‟, דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיט דער טאָג־צײַטונג „עקספּרעסען‟, אַז ער „האַלט נישט די ייִדישע מינאָריטעט פֿאַר אַ פּראָבלעם, ווײַל די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז אַזוי קליין‟. ער האָט אויך פֿאַרדאַמט אַנטיסעמיטיזם, און באַטאָנט, אַז די שׂינאה פֿאַר ייִדן שטאַמט פֿון קינאה. ער האָט אויך אויסגעדריקט שטיצע פֿאַר מדינת־ישׂראל.

די „שוועדישע דעמאָקראַטן‟, וואָס ווערן באַשולדיקט אין איסלאַמאָפֿאָביע און אַנטיסעמיטיזם, האָבן אין די וואַלן פֿון 2014 געוווּנען מער ווי צוויי מאָל אַזוי פֿיל ערטער אין פּאַרלאַמענט ווי פֿריִער. הײַנט פֿאַרנעמט די פּאַרטיי 49 פֿון די 349 ערטער אינעם „ריקסדאַג‟, דעם שוועדישן פּאַרלאַמענט.