פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס נישט?

Why? Why not?

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published May 22, 2015, issue of June 12, 2015.

ס’איז באַקאַנט, אַז אַ ייִד ענטפֿערט אויף אַ פֿראַגע מיט אַ פֿראַגע. פֿאַר וואָס טוט ער אַזוי? פֿאַר וואָס נישט?

פּונקט ווי אַלע שפּראַכן האָט אויך מאַמע־לשון אַ גאַנצע סעריע פֿרעגווערטער: „וואָס, ווען, ווער, וווּ, ווי“ אאַז”וו. אַזאַ ייִדיש וואָרט ווי „וואָס“, דעקט זיך, פֿאַרשטייט זיך, מיטן דײַטשישן was, מיטן האָלענדישן wat און מיטן ענגלישן what. כאָטש בײַם הײַנטיקן טאָג איז עס זעלטן, קומט נאָך אויס צו הערן דעם ענגלישן אַרויסרעד /hwat/, וואָס דאָס איז היסטאָריש באַרעכטיקט — ס’לאַטײַנישע quid האָט מען דאָך אַרויסגערעדט מיט /kw/, וואָס דאָס איז אויף ענגליש געוואָרן /hw/, ערשט שפּעטער — /w/. ייִדיש, דײַטש און האָלענדיש ווייסן נישט פֿון קיין /w/, איז בײַ אונדז און זיי געוואָרן /v/, כאָטש יענע שרײַבן ווײַטער w. אויף פֿראַנצייזיש, שפּאַניש אאַז”וו איז פֿונעם לאַטײַנישן /kw/ געוואָרן /k/, אָבער דער שרײַב־אופֿן que איז אַן עדות פֿונעם אַמאָליקן /kw/. אויך דאָס פּוילישע co ‘וואָס’ האָט זיך אַ מאָל אָנגעהויבן מיט k.

קיין גרויסע סודות, דאַכט זיך, האַלטן די דאָזיקע פֿרעגווערטער נישט אין זיך. בײַ זיי בלײַבט מיר בלויז איינס אַ סוד: פֿאַר וואָס דעקט זיך ס’ייִדישע „ווער“ מיטן ענגלישן who, נאָר ס’ייִדישע „וווּ“ מיטן ענגלישן where? פֿון די ווערטערביכער בין איך, צום באַדויערן, נישט קליגער געוואָרן — איין וואָרט האָט אַ ריש פֿאַרלוירן, דאָס צווייטע האָט אַ ריש צוגעקראָגן, אָבער ווי אַזוי און פֿאַר וואָס, ווייס איך ווײַטער נישט.

איז פֿאַר וואָס זאָגן מיר „פֿאַר וואָס“? וועגן דעם וואָרט איז יאָ דאָס וואָס צו דערציילן, וואָרן ס’דעקט זיך נישט מיטן דײַטשישן עקוויוואַלענט, warum ‘פֿאַר וואָס’. ס’דײַטשישע איז אַ מאָל געווען war um ‘וווּ (אַר)ום’, און דער ענטפֿער איז darum ‘דאָ (אַר)ום’. אויף ייִדיש פֿרעגט מען דאָך: „פֿאַר וואָס?“, און מע ענטפֿערט „פֿאַר דעם/דערפֿאַר“ (אין פּוילישן ייִדיש אויך: „פֿאַר דאָס“). פֿון warum וואַקסט אויף מאַמע־לשון ס’וואָרט „וואָרעם“ און „וואָרן“ ‘ווײַל’ — נישט קיין פֿרעגווערטער, נאָר „ענטפֿערווערטער“. פֿאַר וואָס ס’איז אַזוי ווייסט מען נישט, נאָר מאַקס ווײַנרײַך האָט משער געווען, אַז ס’נעמט זיך פֿונעם איבערחזרן דאָס פֿרעגוואָרט בײַם ענטפֿערן, אַזוי ווי ס’פֿירט זיך אין מיזרח־אייראָפּע בכלל און בײַ ייִדן בפֿרט.

אונדזער „פֿאַר וואָס“ נעמט זיך גיכער פֿונעם פּוילישן dlaczego, פֿון dla ‘פֿאַר’ און czego ‘וואָס’. נאָר פֿאַר וואָס איז בלויז איין וואָרט פֿון דער סעריע, אַ פּנים, איבערגעאַנדערשט געוואָרן אונטער דער השפּעה פֿון פּויליש און נישט אַלע אַנדערע? ווי זאָגט דזשיגאַן: שיס מיך, כ’ווייס נישט…

חוץ dlaczego איז פֿאַראַן אויף פּויליש אויך na co, וואָס דערפֿון נעמט זיך אפֿשר ס’ייִדישע „צו וואָס“, און po co, וואָס דערפֿון וואַקסט אונדזער „נאָך וואָס“. אויף פּויליש גייט מען אײַנקויפֿן po און אויף ייִדיש — „נאָך“: „די מאַמע איז געגאַנגען אין מאַרק אַרײַן נאָך קוילן“.

נאָך אַ סימן פֿון דער סלאַווישער השפּעה בײַ אָט די ווערטער איז, אַ שטייגער, אַ דריטער עקוויוואַלענט פֿון „ווײַל“ און „וואָרעם/וואָרן“ וואָס ס’קומט אויס צו הערן דער הויפּט פֿון רוסישע ייִדן: „(פֿאַר) דערפֿאַר וואָס“, לויטן מישקל פֿונעם רוסישן potomu chto. נאָכגעפֿורעמט נאָכן פּוילישן za to און רוסישן zato איז דאָס ייִדישע „דערפֿאַר (אָבער)“ טײַטש ‘אַזוי ווי צו קאָמפּענסירן’: „האָסט טאַקע זייער שווער געאַרבעט, דערפֿאַר (אָבער) האָסטו זייער גוט פֿאַרדינט“. בכלל איז ס’וואָרט „פֿאַר“ איבערגעלאָדן מיט טײַטשן: ‘צוליב וואָסער סיבה; לטובֿת וועמען; ווי אַ קאָמפּענסירונג’. אָט איז דאָ דאָס רעטעניש „פֿאַר וואָס קויפֿט מען קעז?“ וואָס דערויף איז דער ענטפֿער: „פֿאַר געלט“.

אַגבֿ, שרײַבט מיטן פֿולן מויל אין זײַן ענגלישער גראַמאַטיק ד”ר שלמה בירנבוים, אַז „פֿאַר וואָס?“ האָט מען זיכער איבערגענומען פֿונעם פּוילישן dlaczego. נו, מסתּמא איז ער גערעכט, נאָר אָנווײַזן מוזן מיר אויך, אַז אייראָפּע איז פֿול מיט אַזעלכע אויסדריקן: ס’טשעכישע proč, ס’פֿראַנצייזישע pourquoi, אַפֿילו ס’ענגלישע what for זענען צו דעם זייער ענלעך. איז אַפֿילו אויב פּויליש איז דאָ דער „שולדיקער“, איז דער אויסדריק נישט קיין גוואַלדיקער אויפֿטו זײַנער.