ליבערמאַן: קומעדיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט וועט זײַן גוט פֿאַר ישׂראל

Lieberman: Next US President Will Be Friendlier to Israel

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published May 24, 2015, issue of June 12, 2015.

אינגעבאָרג רענערט (לינקס) פּרעזענטירט סענאַטאָר יוסף ליבערמאַן מיט דער „שומרי־ציון‟־פּרעמיע און מעדאַל, אין בר־אילן אוניווערסיטעט
Yoni Reif
אינגעבאָרג רענערט (לינקס) פּרעזענטירט סענאַטאָר יוסף ליבערמאַן מיט דער „שומרי־ציון‟־פּרעמיע און מעדאַל, אין בר־אילן אוניווערסיטעט

דער געוועזענער אַמעריקאַנער סענאַטאָר, דזשאָסעף ליבערמאַן, האָט בעת אַן אינטערוויו מיט דער ייִט״אַ, באַמערקט, אַז די קומעדיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע וועט זײַן פֿרײַנדלעכער צו ישׂראל ווי די איצטיקע. ער האָט אויך אויסגעדריקט זאָרג וועגן אַמעריקעס נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, זאָגנדיק, אַז „זיי גייען אין אַ שלעכטער ריכטונג‟, און האָט גערופֿן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו אויפֿצולעבן די „אַראַבישע שלום־איניציאַטיוו‟, וואָס די סאַודיער האָבן פֿאָרגעלייגט אין 2002.

ליבערמאַן איז געווען אין ישׂראל די וואָך, כּדי אָפּצונעמען די „שומרי־ציון‟־פּרעמיע און מעדאַל, פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט, אין רמת־גן.

ליבערמאַן, אַ פֿרומער ייִד און דער געוועזענער וויצע־פּרעזידענט־קאַנדידאַט פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי אין יאָר 2000, האָט געזאָגט, אַז אויב מע וואָלט הײַנט דורכגעפֿירט די פּרעזידענטישע וואַלן אין אַמעריקע, וואָלטן מער אַמעריקאַנער ייִדן געשטימט פֿאַרן רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט ווי אין די פֿריִערדיקע פֿאַרמעסטן.

ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז די געוועזענע מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי ראָדהאַם קלינטאָן, וועלכע איז הײַנט דער פּאָפּולערסטער קאַנדידאַט פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, וואָלט אויך געקאָנט געווינען, אויב זי וועט אַרויסווײַזן געטרײַע שטיצע פֿאַר ישׂראל.

„ווי עס איז, וועלן מיר אין דער קומעדיקער קאַדענץ האָבן אַ פֿרײַנד פֿון ישׂראל אינעם ׳ווײַסן הויז׳,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳וועט זײַן אַ נײַער אָנהייב, אַ נײַע געלעגנהייט. וועט עס זײַן בעסער ווי ס׳איז ביז איצט געווען אונטער פּרעזידענט אָבאַמאַ? מסתּמא יאָ.‟

ליבערמאַן האָט אויסגעדריקט דאגות וועגן דער ירידה פֿון שטיצע פֿאַר ישׂראל אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. הגם אַלע דעמאָקראַטישע קאָנגרעסלײַט שטיצן ישׂראל — זאָגט ער — זענען די ייִנגערע פּאַרטיי־אַקטיוויסטן מער סקעפּטיש פֿון דער ייִדישער מדינה. „מיר דאַרפֿן דערמאָנען די ליבעראַלע דעמאָקראַטן, אַז כאָטש ישׂראל טוט נישט אַלץ פּערפֿעקט, איז זי פֿאָרט צווישן די ליבעראַלסטע לענדער און געזעלשאַפֿטן.‟

וואָס שייך דער סאַודי־געשטיצטער „אַראַבישער שלום־איניציאַטיוו‟, האָט ליבערמאַן געזאָגט, אַז מע וואָלט זי געדאַרפֿט ניצן ווי „אַ באַזע פֿאַר פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס קאָנען ברענגען אַ פּראָגרעס — נישט בלויז מיט די פּאַלעסטינער, צו שאַפֿן צוויי מדינות, נאָר אויך ווי דער אָנהייב פֿון אַ דערנענטערונג צו דער אַראַבישער וועלט בכלל‟.

ביז איצט האָט יעדע ישׂראלדיקע רעגירונג איגנאָרירט אָדער אָפּגעוואָרפֿן יענע איניציאַטיוו. ליבערמאַן האַלט אָבער, אַז ישׂראל האָט נישט קיין ברירה. „ס׳איז קיין מאָל נישט גוט, ווען אַ ישׂראלדיקע רעגירונג גיט דעם אײַנדרוק, אַז זי זוכט נישט קיין אמתדיקן שלום מיט די פּאַלעסטינער,‟ האָט ער צוגעגעבן.

ליבערמאַן האָט אָבער שאַרף קריטיקירט די סכעמע פֿונעם אָפּמאַך, וואָס איראַן און די וועלט־כּוחות, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן דערגרייכט אין אַפּריל: „לויט דער סכעמע, וועט איראַנס נוקלעאַרע אינפֿראַסטרוקטור בלײַבן ווי עס איז, און גלײַכצײַטיק באַפֿרײַען זי פֿון אַלע סאַנקציעס.‟