ישׂראל־אַמבאַסאַדע פֿאַרדאַמט האָלענדיש לערנבוך

Israeli Embassy Slams Dutch Textbook

פֿון ייִט״אַ

Published May 27, 2015, issue of June 12, 2015.

האַאַג, האָלאַנד. — די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין האָלאַנד האָט שאַרף קריטיקירט אַ האָלענדיש געשיכטע־בוך פֿאַר מיטלשול־תּלמידים, צוליב אַ ריי אַנטי־ישׂראלדיקע דערקלערונגען, וואָס געפֿינען זיך דאָרט.

די אַמבאַסאַדע האָט קריטיקירט דאָס בוך, „געשידניסווערקפּלאַץ‟ [אַרבעט־פּלאַץ פֿון דער געשיכטע], פּובליקירט פֿון נורדהאָף אויגעווערס, נאָך דעם ווי אַ צאָל מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה האָבן זיך באַקלאָגט וועגן דעם.

וואָס שייך דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, שטייט אינעם בוך, אַז דוד בן־גוריון, דער ערשטער פּרעמיער פֿון ישׂראל, האָט געגרינדעט די ייִדישע מדינה „נאָך דעם ווי די ייִדישע מיליצן האָבן דורכגעפֿירט הריגות אין די אַראַבישע דערפֿער; הונדערטער טויזנטער פּאַלעסטינער זענען אַנטלאָפֿן און זיך באַזעצט אין די פּליטים־לאַגערן אויף דער גרענעץ‟.

דאָס בוך דערמאָנט בכלל נישט די אַראַבישע אַכזריותן קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿאַר 1948 אָדער די אינוואַזיע פֿון עטלעכע אַראַבישע אַרמייען אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע נאָך איר דערקלערונג פֿון אומאָפּהענגיקייט, מיטן ציל צו צעשטערן עס.

„מיר פֿירן איצט דורך אַן אויספֿאָרשונג פֿון די אויסטערלישע דערקלערונגען, כּדי צו אַנטפּלעקן אַלע אומפּינקטלעכקייטן, ווי אויך די מעגלעכקייט, אַז דאָס בוך איז אַ מין העצע־מאַטעריאַל,‟ האָט די אַמבאַסאַדע דערקלערט.

דאָס בוך דערקלערט אויך, אַז דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעמיער, מנחם בייגין, איז איצט באַקאַנט ווי אַ שלום־מאַכער, „וואָס איז אינטערעסאַנט, ווײַל ס׳רובֿ פֿון זײַן לעבן איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ טעראָריסט און עקסטרעמיסט‟.

דאָס בוך ווײַזט אויך אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פּאַלעסטינער ייִנגל, וואָס וואַרפֿט אַ שטיין אין אַ ישׂראלדיקן טאַנק. „אַ קליינע אָפּאָזיציע קעגן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער שטחים אין יאָר 2000,‟ שטייט אין דער אונטערשריפֿט. „נײַן טעג נאָך דעם ווי מע האָט פֿאָטאָגראַפֿירט די סצענע, איז דאָס 13־יאָריקע ייִנגל דערשאָסן געוואָרן אויף טויט, טוענדיק אַן ענלעכע זאַך.‟

דאָס געשיכטע־בוך געפֿינט זיך אויף דער רשימה פֿון אָנגענומענע לערנביכער פֿאַר מיטלשול־תּלמידים, אַרויסגעגעבן פֿונעם האָלענדישן בילדונג־מיניסטעריום.

נורדהאָף אויגעווערס און דאָס האָלענדישע בילדונג־מיניסטעריום האָבן נישט קאָמענטירט וועגן דעם ענין.