ספֿרדים — פֿון טערקײַ צוריק קיין שפּאַניע

Turkish Sephardim Pulled Back To Spain

די גרויסע שיל אין עדירנע, רעסטאַוורירט נישט לאַנג צוריק דורך דער טערקישער רעגירונג
Wiki Commons
די גרויסע שיל אין עדירנע, רעסטאַוורירט נישט לאַנג צוריק דורך דער טערקישער רעגירונג

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 31, 2015, issue of June 26, 2015.

די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דעם 26סטן מײַ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער אימיגראַציע פֿון טערקישע ייִדן קיין שפּאַניע. הײַנט פּלאַנירט די שפּאַנישע רעגירונג אָנצונעמען דעם געזעץ, לויט וועלכן די, וועלכע קאָנען דערווײַזן זייער אָפּשטאַם פֿון די ספֿרדישע ייִדן, וואָס זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע אינעם יאָר 1492, וועלן קאָנען באַקומען דאָס רעכט צו ווערן שפּאַנישע בירגער. אין טערקײַ וווינען טויזנטער שפּאַניש־שטאַמיקע ספֿרדישע ייִדן, וואָס באַטראַכטן די מעגלעכע עמיגראַציע.

ציילאַן יעגינסו, די מחברטע פֿונעם אַרטיקל אין „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט איבערגעגעבן, אַז איינער אַ ייִד, אַ 25־יאָריקע גראַפֿישער דיזײַנער, האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן טערקײַ, ווען אַן אָרטיקע צײַטונג האָט פּובליקירט אַן אַנטיסעמיטישן קראָסוואָרד. פֿריִער האָט ער שוין געטראַכט אַוועקצופֿאָרן צוליב אַנדערע סיבות: דער שוועריקייט צו געפֿינען אַ גוטע אַרבעט, ווי אויך דעם שטײַגנדיקן קאָנפֿליקט צווישן דער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד און דער אויטאָריטאַרער מלוכה. דאָס אַנטיסעמיטישע ווערטער־רעטעניש אין אַ צײַטונג האָט אים אָבער איבערצײַגט, אַז ער מוז פֿאַרלאָזן טערקײַ.

כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע רדיפֿות מצד די טערקישע נאַציאָנאַליסטן, האָט דער אינטערוויויִרטער ייִד אָנגערופֿן בלויז זײַן ערשטן נאָמען — רפֿאל. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע מיטגלידער פֿון זײַן קהילה, האָפֿט ער צו ווערן אַ שפּאַנישער בירגער. אַחוץ די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן און דער עקאָנאָמישער אומצופֿרידנקייט אין טערקײַ, ציט זיי צו די מעגלעכקייט צו באַקומען אַ פּאַספּאָרט פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, מיט וועלכן מע קאָן אַרומפֿאָרן אָן וויזעס און אַרבעטן אין גאַנץ אייראָפּע.

מיט 500 יאָר צוריק, ווען אין שפּאַניע האָט געבושעוועט דער ווילדער אַנטיסעמיזם מצד דער קריסטלעכער קירך און מלוכה, איז די אָטאָמאַנער אימפּעריע, מיטן צענטער אין טערקײַ, געווען באַקאַנט דווקא ווי אַ פֿרײַנדלעך אָרט, וווּ די מוסולמענער האָבן זיך באַצויגן צו די ייִדן מיט דרך־ארץ.

הײַנט האָט זיך אָבער די סיטואַציע איבערגעדרייט; שפּאַניע קלײַבט זיך אָנצונעמען אַן אייגענע ווערסיע פֿונעם „חוק־השבֿות‟, כּדי אומצוקערן די אוראייניקלעך פֿונעם גירוש־ספֿרד און צו בעטן מחילה פֿאַר די אַמאָליקע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות; להיפּוך, ווערט אין טערקײַ אַלץ שווערער דעם ייִד צו לעבן. דאָס דערמאָנטע עקלדיקע ווערטער־רעטעניש, וואָס האָט שאָקירט אַ סך טערקן, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדן, איז געווען באַצירט מיט אַ בילד פֿון אַדאָלף הילטער און מיטן לאָזונג „מיר וואַרטן אויף אײַך‟. רפֿאל האָט זיך באַקלאָגט, אַז במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז אין זײַן לאַנד אויסגעבראָכן אַ כוואַליע פֿון באַזונדערס העסלעכע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן.

אינעם 15טן יאָרהונדערט, ווען בערך אַ האַלב מיליאָן פֿאַרטריבענע ספֿרדישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, האָט דער סולטאַן באַיעזיד דער צווייטער זיי מקבל־פּנים געווען מיט אָפֿענע הענט. דער בריטיש־אַמעריקאַנער היסטאָריקער בערנאַרד לויִס דערציילט אין זײַן בוך וועגן די ייִדן אין דער איסלאַמישער וועלט, אַז די מוסולמענער האָבן אַקטיוו געהאָלפֿן די גערודפֿטע שפּאַנישע ייִדן צו באַזעצן זיך אינעם נײַעם לאַנד. אַדרבה, אין געוויסע פֿאַלן האָבן זיי אַפֿילו געצוווּנגען די ייִדישע עמיגראַנטן צו פֿאַרנעמען אַ מער בכּבֿודיק אָרט.

הײַנט וווינען אין טערקײַ, לויט פֿאַרשיידענע חשבונות, פֿון 17 ביז 26 טויזנט ייִדן. על-פּי־רובֿ זענען זיי ספֿרדים; אַ סך פֿון זיי, בפֿרט דער עלטערער דור, קענען לאַדינאָ — די טראַדיציאָנעלע ייִדישע שפּראַך פֿון דער ספֿרדישער עדה, באַגרינדעט אויפֿן אַלטן קאַסטיליאַנער שפּאַניש מיט פֿאַרשיידענע לשון־קודשדיקע, אַראַבישע, טערקישע און אַנדערע ספּעציפֿישע עלעמענטן.

סעלין נשׂיא, אַ שרײַבערין פֿון דער וואָך־צײַטונג „שלום‟, וואָס גייט אַרויס יעדן מיטוואָך אין סטאַמבול און אַנטהאַלט איין זײַט אויף לאַדינאָ, האָט באַמערקט, אַז די טערקישע רעגירונג האָט לעצטנס דווקא פֿאַרבעסערט אירע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה. הײַיאָר, האָט טערקײַ צום ערשטן מאָל אָפּגעמערקט דעם אינטערנאַציאָנעלן טאָג פֿון חורבן־הזכּרה. די מלוכה האָט אויך אויסגעגעבן אַ סומע פֿון 2.5 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו רעסטאַוורירן די היסטאָרישע גרויסע שיל אין דער שטאָט עדירנע. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, איז דער פּרעזידענט רעדזשעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן אויפֿגעטראָטן קעגן אַנטיסעמיטיזם.

נישט אַלע ייִדן אין טערקײַ שטויסן זיך אָן אויף אַנטיסעמיטיזם. למשל, דער 70־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער קליינער קהילה אין דער צפֿון־מערבֿדיקער טערקישער פּראָווינץ בורסע, לעאָן ענעקאַווע, האָט באַטאָנט, אַז אין זײַן געגנט האָבן די ייִדן קיינמאָל נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. פֿונדעסטוועגן, בפֿרט נאָך דער לעצטער מלחמה אין עזה, פֿילן זיך די ייִדישע תּושבֿים אומרויִק אַפֿילו אין אַזעלכע ערטער און באַטראַכטן שפּאַניע ווי אַ מעגלעכן מקום־מיקלט.