אַנטיסעמיטיזם שטײַגט אין דײַטשלאַנד

Dramatic Rise in Anti-Semitism in Germany

אַן אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַנט אין דײַטשלאַנד, יולי 2014
Getty Images
אַן אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַנט אין דײַטשלאַנד, יולי 2014

פֿון ייִט״אַ

Published June 09, 2015, issue of June 26, 2015.

פֿאָלקער בעק, אַ דײַטשישער פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַט פֿון דער „גרינער פּאַרטיי‟, האָט גערופֿן זײַן רעגירונג צו באַקעמפֿן די אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכנס מצד די אויסלענדער און אימיגראַנטן.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט מען אין דײַטשלאַנד פֿאַרעפֿנטלעכט די סטאַסטיסטיק פֿון אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע קרימינעלע אינצידענטן, וואָס זענען אויסגעבראָכן אינעם יאָר 2014. דער חשבון האָט געוויזן, אַז די צאָל פֿאַרברעכנס, וואָס האָבן אַ שײַכות צום קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, איז ריזיק געשטיגן, אין פֿאַרגלײַך מיט 2013 — פֿון 41 ביז 575 אינצידענטן.

די אויסלענדער זענען שולדיק אין 331 פֿון די דאָזיקע פֿאַרברעכנס. 91 אינצידענטן האָבן געהאַט צו טאָן מיט גוואַלד־מעשׂים. אינעם יאָר 2013, זענען אין דײַטשלאַנד נישט געשען קיין גוואַלד־פֿאַרברעכנס פֿון דער דאָזיקער קאַטעגאָריע. בעק האָט באַמערקט, אַז דער אַנטיסעמיזם אין דײַטשלאַנד איז, געוויינטלעך, פֿאַרבונדן מיט די אָרטיקע רעכטע עקסטרעמיסטן. בעת דער לעצטער מלחמה אין עזה, מיט אַ יאָר צוריק, האָט זיך אָבער פּלוצעם אויפֿגעהויבן אַ גאַנצע כוואַליע פֿאַרברעכנס, אין וועלכע עס זענען געווען פֿאַרמישט די מוסולמענער אָדער אַראַבער פֿון אַנדערע לענדער.

דער געזעצגעבער האָט באַטאָנט, אַז זײַן פּאַרלאַמענט דאַרף נעמען די דאָזיקע פּראָבלעם אין באַטראַכט, און גערופֿן די מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס און אימיגראַנטישע אַסאָציאַציעס אינעם לאַנד צו באַקעמפֿן די דאָזיקע פּראָבלעם. ער האָט צוגעגעבן, אַז די פֿעדעראַלע דײַטשישע רעגירונג דאַרף העלפֿן די אויסלענדישע גרופּעס פּטור צו ווערן פֿון די העסלעכע עלעמענטן.

דעדרע בערגער, די דירעקטאָרין בײַם בערלינער ביוראָ פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט געזאָגט דער צײַטונג „טאַגעסשפּיגעל‟ אין אַ שמועס, אַז אין דער דערמאָנטער סטאַטיסטיק פֿיגורירן בלויז ערנסטע אינצידענטן. ווער ווייסט, וויפֿל מאָל האָבן די דײַטשישע ייִדן געהערט סתּם העסלעכע אויסדרוקן אויף דער גאַס, אין אַ שול־הויף אָדער אויף אַ ספּאָרט־פּלאַץ? בערגער האָט צוגעגעבן, אַז נישט אַלעמאָל איז קלאָר, ווען געוויסע ווערטער אָדער אַקציעס זענען טאַקע אַנטיסעמיטיש, אָדער געמיינט ווי אַ פּראָטעסט קעגן ישׂראל. נישט לאַנג צוריק, האָט אַ געריכט אין דער דײַטשישער שטאָט עסען באַשלאָסן, אַז דאָס פֿאַרשפּרייטן אַ בפֿירושע שׂינאה לגבי ישׂראל קאָן אויך פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ פֿאַרברעכן.