„לוּוורע‟ באַשולדיקט אין אויסשליסן ישׂראלדיקע סטודענטן

Louvre Accused of Discriminating Against Israeli Students

אינעם פּאַריזער מוזיי „לוּוורע‟
אינעם פּאַריזער מוזיי „לוּוורע‟

פֿון ייִט״אַ

Published June 16, 2015, issue of July 10, 2015.

ירושלים. — דער באַוווּסטער פּאַריזער מוזיי „לוּוורע‟ איז איינער פֿון צוויי הויפּט קולטור־ערטער אין פּאַריז, וואָס ווערן באַשולדיקט אין דיסקרימינאַציע, נאָך דעם ווי זיי האָבן אָפּגעוואָרפֿן די בקשות פֿון אַ גרופּע ישׂראלדיקע סטודענטן פֿון קונסט־געשיכטע צו באַזוכן דעם מוזיי.

דער גובערנאַטאָר פֿונעם ראַיאָן איל־דע־פֿראַנס, וואָס שליסט אײַן פּאַריז און אירע פֿאָרשטעט, האָט זיך געוואָנדן צום ביוראָ פֿון דער פּאַריזער פּראָקוראַטור דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג, האָט די פֿראַנצייזישע צײַטונג „ליבעראַסיאָן‟ איבערגעגעבן מאָנטיק.

אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קונסט־געשיכטע בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, ספֿי הענדלער, האָט אין מײַ רעזערווירט ערטער פֿאַר זײַנע סטודענטן צו באַזוכן, סוף־יוני, דעם לוּוורע און דעם סענט־שאַפּעל, אַ קלויסטער געבויט אין מיטל אַלטער, בעת אַ וויזיט געשטיצט פֿון די „פֿראַנצייזישע פֿרײַנד פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟. ביידע אינסטיטוציעס האָבן געענטפֿערט, אַז אַלע ערטער זענען שוין פֿאַרנומען.

אָבער מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט הענדלער ווידער געמאַכט רעזערוואַציעס בײַם לוּוורע און סענט־שאַפּעל, אָבער דאָס מאָל — לטובֿת די סטודענטן פֿון צוויי פֿיקטיווע אינסטיטוציעס — אַ קונסטשול אין פֿלאָרענס, איטאַליע, און דעם „אַבו דאַבי קאָלעדזש פֿון קונסט־געשיכטע‟. מע האָט די סטודענטן פֿון יענע נישט־עקזיסטירנדיקע אינסטיטוציעס גלײַך אָנגענומען.

„איך בין געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט הענדלער איבערגעגעבן „ליבעראַסיאָן‟. „כ׳בין שוין געווען גרייט אין גאַנצן צו אַנולירן די רײַזע.‟

אַ וואָרטזאָגער פֿונעם „לוּוורע‟ האָט געזאָגט „ליבעראַסיאָן‟, אַז ער איז „באַאומרויִקט‟ וועגן דעם אינצידענט, אָבער האָט באַטאָנט, אַז די רעזערוויר־סיסטעם איז אויטאָמאַטיזירט, און האָט דעריבער נישט געקאָנט דיסקרימינירן קעגן אַ ישׂראלדיקער גרופּע. ער האָט צוגעגעבן, אַז דער „לוּוורע‟ באַקומט 400 רעזערוויר־בקשות אַ טאָג, פֿאַר ווייניקער ווי 200 ערטער, און אַז די צוויי פֿיקטיווע גרופּעס „האָבן געהאַט מזל‟, וואָס מע האָט זיי אָנגענומען.

די סיסטעם אין „סענט־שאַפּעל‟ איז אָבער נישט אויטאָמאַזירט, און ווערט קאָנטראָלירט דורך אַ פּערסאָנאַל. אַן אינעווייניקע אויספֿאָרשונג האָט אין גיכן אַנטפּלעקט ווער ס׳איז געווען שולדיק אין דעם, און ער איז טאַקע באַשטראָפֿט געוואָרן דערפֿאַר.

„ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז ווען מע זאָגט אָפּ ישׂראלים, איז עס אַ סימן פֿון ראַסיזם,‟ האָט הענדלער געזאָגט „האָרץ‟. „עס גייט זיי נישט אָן, צי דער ישׂראלי איז לינק־געשטימט צי רעכט־געשטימט. זיי ווילן פּשוט נישט האָבן צו טאָן מיט ישׂראלים בכלל.‟