ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 30, 2015, issue of July 24, 2015.

ייִדישע קינדער לערנען זיך ייִדיש אין אַ מלוכה־שול

די ישׂראלדיקע קולטור־אַטאַשע, אַנאַ בן-עזרא, איז געווען אַן ערן־גאַסט אויף דער סוף-יאָר צערעמאָניע פֿון דער ערשטער ייִדישער מלוכישער פּראָגראַם אין פּוילן. די קינדער פֿון דעם ערשטן קלאַס פֿון דער פֿאָלקס-שול נומער 166 אין מיטן וואַרשע, האָבן געשפּילט פֿאַר זייערע חבֿרים, טאַטע-מאַמעס און אַ גרופּע בכּבֿודיקע געסט אַ נײַע פּיעסע, אויף דרײַ שפּראַכן: פּויליש, עבֿרית און ייִדיש. די פּיעסע, „דער שלעכטער קעניג און דאָס גוטע קינד‟, איז אַ מעשׂה וועגן אַ בייזן מלך, וואָס קען נישט אַרויסזאָגן דעם אות „פּ‟. דערפֿאַר פֿאַרווערט ער פּראַווען אין זײַן מלכות די יום-טובֿים, וואָס הייבן זיך אָן מיטן אות „פּ‟, ווי למשל, דעם יום-טובֿ פּסח. אַ קליין ייִדיש קינד און זײַנע חבֿרים, די בינען, יאָגן דעם שלעכטן מלך אַוועק פֿונעם לאַנד, כּדי זיי זאָלן קענען לעבן פֿרײַ און פּראַווען די שיינע ייִדישע יום-טובֿים. די קליינע אַקטיאָרן האָבן טאַקע געזונגען „מה נשתּנה‟ ריכטיק, אָן שום טעות.

די קינדער-פֿאָרשטעלונג איז געווען אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן, די פֿאָלקס־שול נומער 166 און די „ייִדיש-פֿונדאַציע‟.

די פֿונדאַציע „ייִדיש‟ האָט בדעה צו שאַפֿן אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר די קינדער אין דער שול נומער 166. דאָס קליינוואַרג האָט שוין געהאַט אַ יאָר פֿון עבֿרית־לימודים, אַזוי אַרום, אַז דעם ייִדישן אַלף-בית קענען זיי. אויב דער דאָזיקער פּלאַן וועט פֿאַרווירקלעכט ווערן, וועט די שול נומער 166 זײַן די איינציקע שול אין אייראָפּע, וווּ ייִדישע קינדער לערנען זיך ייִדיש.

ייִדישער מוזיי: אַ ברירה צו די העברעיִשע וועגווײַזערס

אַ וועגווײַזער פּרעזענטירט אַן אויסשטעלונג בײַם נײַעם מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן
Getty Images
אַ וועגווײַזער פּרעזענטירט אַן אויסשטעלונג בײַם נײַעם מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן

דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט אַ פּראָבלעם. אַ גרויסער טייל פֿון די באַזוכער זענען ישׂראלים. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך ישׂראלים קענען אַ ביסל ענגליש. דאָס הייסט, אָבער נישט, אַז זיי זענען מסוגל צו פֿאַרשטיין אַ היסטאָרישן באַריכט וועגן דער טויזנט-יאָריקער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן אויף שעקספּירס לשון. די מדריכים פֿונעם מוזיי רעדן פּויליש; דאָס העלפֿט אָבער, נישט די ישׂראלדיקע טוריסטן, אַפֿילו ווען זיי רעדן יאָ ענגליש. ראשית, איז דאָס אַ מין פּוילישער ענגליש, וואָס איז נישט אַלעמאָל לײַכט צו פֿאַרשטיין. צווייטנס, ווי דערמאָנט, רעדן נישט אַלע ישׂראלים אַ פֿליסיקן ענגליש.

דער מוזיי לאָזט נישט אַרײַן קיין ישׂראלדיקע וועגווײַזער, פֿון דרויסן, ווײַל זײַן פּאָליטיק, און אַפֿילו אידעאָלאָגיע איז, אַז נאָר זײַנע אייגענע מיטאַרבעטער קענען עס פֿאָלגן. ס’איז נישט קיין סוד, אַז נישט ווייניק ישׂראלדיקע פּאָליטיקער האָבן אַ נטיה צו באַשרײַבן די געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן מיט שוואַרצע קאָלירן. זיי ווילן באַווײַזן, אַז ישׂראל איז די איינציקע לייזונג פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. ס’איז אויך נישט קיין סוד, אַז די פּוילישע נייגונג איז צו באַשרײַבן די טויזנט-יאָריקע געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן פֿון אַ מער פּאָזיטיוון קוקווינקל און באַטאָנען דווקא די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען פֿון מלכות און פֿאָלק צו די ייִדן.

יעדער מוזיי, מוז מען דאָ צוגעבן, האָט זײַנע אייגענע וועגווײַזער. דער לוּווער־מוזיי לאָזט אויך נישט קיין פֿרעמדע צו פֿירן די באַזוכערס אונטער זײַן דאַך. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער דאָזיקער מצבֿ געבראַכט צו דעם, אַז די וועגווײַזערס, וואָס די ישׂראלדיקע גרופּעס האָבן, קענען נישט אַרבעטן אינעווייניק אינעם מוזיי. אַגבֿ, זאָל מיך גאָט נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער אַ סך אַזעלכע ישׂראלדיקע וועגווײַזערס האָבן זייער באַגרענעצטע קענטענישן, וואָס שייך אונדזער פּויליש-ייִדישער קולטור און געשיכטע.

וואָס זשע טוט מען? דער ייִדישער מוזיי איז אַרויס מיט אַ נײַער איניציאַטיוו. קיין וועגווײַזערס פֿון ישׂראל וועט דער מוזיי ווײַטער נישט אַרײַנלאָזן צו זיך; ער וועט אָבער אויסשולן עבֿרית-רעדנדיקע, אַזוי גערופֿענע, אַסיסטענטן, וואָס וועלן באַגלייטן די ישׂראלדיקע גרופּעס און זייערע וועגווײַזערס, באַשטימט פֿונעם מוזיי. וואָס וועלן זיי טאָן? זיי וועלן ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון די ישׂראלדיקע באַזוכערס אויף עבֿרית. נישט אַלע פֿראַגעס האָבן דאָך צו טאָן מיטן מוזיי. טוריסטן, און ישׂראלדיקע טוריסטן בתוכם, האָבן אויך פּראַקטישע פֿראַגעס, ווי למשל, וווּ קען מען קריגן כּשר עסן. די עבֿרית־רעדנדיקע אַסיסטענטן וועלן זיי העלפֿֿן, זיי זאָלן זיך פֿילן בעסער אין פּוילן בכלל, און אינעם ייִדישן מוזיי בפֿרט.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.