צוויי איינאַקטערס אין איין אָוונט

Two One-Acters in One Evening

אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „דער באַשטעלטער מאַנטל‟. שנײַדער: מנחם פֿוקס און פֿענדער: שיין בייקער.
Ronald L. Glasser
אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „דער באַשטעלטער מאַנטל‟. שנײַדער: מנחם פֿוקס און פֿענדער: שיין בייקער.

פֿון לייזער בורקאָ

Published July 02, 2015, issue of July 24, 2015.

בשעת די „פֿאָלקסבינע‟ האָט לעצטנס אָרגאַניזירט און מיט גרויס הצלחה דורכגעפֿירט דעם ריזיקן „קולטורפֿעסט‟, מיט דער באַטייליקונג פֿון הונדערטער אַקטיאָרן און מוזיקער, האָט אונדזער צווייטער ייִדישער טעאַטער דאָ אין ניו־יאָרק, דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, אין דער זעלביקער צײַט אויפֿגעפֿירט צוויי פּיעסעס פֿונעם ענגלישן דראַמאַטורג וואָלף מאַנקאָוויץ אין אַ קליין טעאַטערל אויף דער „וועסט־סײַד‟: דער איינאַקטער „די אירלענדיש־העברעיִש־לעקציע‟ און די פּיעסע „דער באַשטעלטער מאַנטל‟.

דער זאַל איז געווען קליין, אָבער דערפֿאַר איז ער געווען גוט צוגעפּאַסט צו אַן אינטימער דראַמאַטישער איבערלעבונג, אַזוי ווי בײַ עמעצן אין דער היים. די ערשטע פּיעסע דאַרף פֿאָרקומען אין אַ שטיבל, האָט דאָס טעאַטערל טאַקע אויסגעזען ענלעך צו דעם. די פֿאָרשטעלונג האָט זיך אויסגעצייכנט מיט איר פּשטות און היימישקייט, מיט אַ ייִדישן און אַן אירלענדישן טעם.

איך וועל פֿאַרלויפֿן דעם וועג און אויסזאָגן אַ סוד, אַז די ביידע פּיעסעס זײַנען מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. זיי זײַנען ניט קיין מײַסטערווערק, אַזוי ווי דער ייִדישער „גאָדאָ‟, וואָס „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ האָט געשטעלט מיט צוויי יאָר צוריק, אָבער זיי זײַנען סאָלידע און האַרציקע טעאַטער־שטיק, וואָס פּאָרן זיך גוט צונויף. עס קומט אַ ספּעציעלער שבֿח שיין בייקערן, וואָס האָט אַליין איבערגעזעצט „דער באַשטעלטער מאַנטל‟ אויף אַ רײַכן אַמעריקאַנער ייִדיש. מײַן קאָלעגע בײַם „פֿאָרווערטס‟, דזשאָרדין קוציק, האָט געלייענט דעם ענגלישן טעקסט און ער האַלט, אַז בייקערס איבערזעצונג איז בעסער ווי דער אָריגינאַל! דער דיאַלאָג פֿליסט ווי אַ וואַסער, פֿון ייִדיש אויף ענגליש און צוריק כּסדר — אַזוי ווי די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן שטענדיק גערעדט.

בייקער האָט אויך גלענצנדיק געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין „דער באַשטעלטער מאַנטל‟: פֿענדער, אַן אָרעמער אָנגעשטעלטער אין די „שמאַטע־ביזנעס‟, וואָס ס׳איז זײַן גרעסטער חלום צו האָבן אַ נײַעם מאַנטל, אַ פֿוטערל, אַ ספּעציעל צוגעשניטנס. ער באַשטעלט אַזאַ מאַנטל בײַ זײַן חבֿר מאָרי, אַ שנײַדער (און אַ שיכּור), אָבער נאָך דעם ווי דער בעל־הבית זאָגט פֿענדער אָפּ פֿון דער אַרבעט, האָט ער ניט גענוג געלט צו באַצאָלן. דער ברייטהאַרציקער מאָרי פֿאַרענדיקט דעם מאַנטל סײַ ווי, אָבער צו שפּעט — פֿענדער איז שוין אַוועקגעפֿאַלן אַ קראַנקער צוליב דער קעלט און — געשטאָרבן. זײַן טויט איז אָבער ניט דער סוף פֿון דער מעשׂה, ווײַל באַלד שטייט אויף זײַן אומרויִקע נשמה ווי אַ בייזער רוח, וואָס זוכט נאָר איין סאָרט נקמה: צוגנבֿענען אַ פֿוטערל בײַם אַמאָליקן בעל־הבית.

מנחם פֿוקס, וואָס שפּילט די ראָלע סײַ פֿונעם שיכּורן שנײַדער, מאָרי, סײַ פֿונעם פֿרומען ייִד אין דער „אירלענדיש־העברעיִשער לעקציע‟, זאָגט אַליין, אַז ער איז זינט צענדליקער יאָרן ניט אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע. ער איז, דער עיקר, אַ מוזיקער און אַ מחבר פֿון זינגלידער. אָבער ער רעדט ייִדיש ווי אַ מיזמור און האָט אַ נאַטירלעכן טאַלאַנט אַרויסצורופֿן מיטגעפֿיל בײַם עולם. די אַנדערע אַקטיאָרן זײַנען אויך פֿעיִקע: אילן קוויטקען שפּילט דעם רשע, ראַנטינג, אויף ענגליש (ווי עס פּאַסט); פֿערגאַל אָ’האַנלאָן שפּילט דעם אירלענדער רעוואָלוציאָנער (אויף ענגליש און אירלענדיש) — וואָס ראַטעוועט זיך דורך דעם, וואָס ער לערנט זיך אויס אַ ביסל העברעיִש.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז צווישן די קריטישע באַמערקונגען האָט מען געקאָנט אויך הערן, אַז די צוויי פּיעסעס שאַפֿן ניט קיין קלאָר אַלגעמיין בילד. זיי זײַנען ווי געבליבן שטעקן אין זייער פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אַן אַלטער איבערגעניצעוועטער מאַנטל. די צווייטע פּיעסע, צוליב איר צעברעקלטקייט אויף קליינע סצענקעס, פֿאַרלירט איר גאַנצקייט און דינאַמישקייט — אָט הייבט מען אָן צו שפּילן און פּלוצעם האַקט זיך עס אָפּ, און עס ווערט פֿינצטער. ס’איז קלאָר, אַז מאַנקאָוויץ האָט באַזירט זײַן פּיעסע אויף ניקאָלײַ גאָגאָלס „דער שינעל‟, אַריבערגעטראָגן אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן באָדן. עס זעט אָבער אויס, ווי מאַנקאָוויץ האָט געוואָלט עפּעס אַנדערש דערגרייכן ווי גאָגאָל. דער עיקר, איז אים געגאַנגען אין לעבן צו אַטאַקירן דעם קאַפּיטאַליזם און דעם שווערן מצבֿ פֿונעם אָרעמאַן. מע קען מיינען, אַז דאָס איז אַן אויסגעדראָשענע טעמע, וואָס מע שרײַבט וועגן איר שוין טויזנטער יאָרן; אָבער ווי מע לייענט אין די נײַעס און ווי מע זעט עס אויף די גאַסן, איז די טעמע נאָך אַלץ געבליבן אַקטועל. דער פּשוטער, צום טייל, אָפּגעהאַקטער סטיל פֿון דער אויפֿפֿירונג, זעט מיר אויס אַ ביסל ענלעך צום הײַנטיקן סטיל פֿון מאַכן פֿילמען. דאָס וואָס די מעשׂה איז ניט אין גאַנצן קלאָר, איז דווקא אויך ניט קיין חסרון. עס דערפֿרישט די נשמה צו קומען אין אַ טעאַטער, וווּ מע דאַרף זיך אַ ביסל אַרײַנטראַכטן, כּדי צו פֿאַרשטיין, וואָס זשע קומט דאָ פֿאָר, און די מעשׂה גייט אַריבער פֿון דער בינע אין דײַן באַוווּסטזײַן, ווי עס טרעפֿט מיט אמתער קונסט.