הזכּרה נאָך מיידל געטייט אויפֿן ישׂראלדיקן „שטאָלץ־פּאַראַד‟

Memorial Held for Teen Killed at Israeli Pride Parade

אַ טייל פֿון די הונדערטער באַטייליקטע אין דער הזכּרה־צערעמאָניע נאָך שירה בנקי, דעם 2טן אויגוסט, אין ירושלים
Yonatan Sindel/Flash90
אַ טייל פֿון די הונדערטער באַטייליקטע אין דער הזכּרה־צערעמאָניע נאָך שירה בנקי, דעם 2טן אויגוסט, אין ירושלים

פֿון ייִט״אַ

Published August 04, 2015, issue of August 21, 2015.

ירושלים. — הונדערטער מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין ירושלים לכּבֿוד אַ הזכּרה־צערעמאָניע נאָך שירה בנקי (באַנקי) — דאָס מיידל, וואָס איז אומגעקומען דורך אַ מעסער־אַטאַק דאָנערשטיק בעת דעם ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ — אַ יערלעכער מאַרש, דורכגעפֿירט פֿון האָמאָסעקסואַלן, לעזביאַנקעס, ביסעקסואַלן און טראַנססעקסואַלן, און זייערע שטיצער און פֿרײַנד.

די הזכּרה איז פֿאָרגעקומען אין כּכּר־ציון, ירושלים, זונטיק אויף דער נאַכט.

בנקי, אַ 16־יאָריק מיטלשול־תּלמידה פֿון ירושלים, איז זונטיק ניפֿטר געוואָרן אינעם „הדסה־שפּיטאָל‟ אין אין־כּרם, נאָך דעם ווי זי איז געשטאָכן געוואָרן אינעם ברוסטקאַסטן און בויך דורך אַ חרדישן ייִד פֿון מודיעין עילית, ישי שליסל. פֿינף אַנדערע מענטשן זענען אויך געשטאָכן געוואָרן.

דער בילדונג־מיניסטער נפֿתּלי בענעט, דער הויפּט פֿון דער רעכט־געשטימטער „היים־פּאַרטיי‟, האָט דערקלערט בעת דער צערעמאָניע, אַז בנקי איז דערהרגעט געוואָרן „צוליב עקסטרעמיזם, ווײַל מיר ווייסן נישט ווי אַזוי אָנצונעמען די מענטשן, וואָס זענען אַנדערשפֿון אונדז. אַלע ישׂראלדיקע תּלמידים דאַרפֿן פֿאַרשטיין, קודם־כּל, אַז זיי דאַרפֿן זיך נישט שרעקן פֿאַר זייער אייגענער אידענטיטעט,‟ האָט ער געזאָגט.

בנקי איז געקומען אויפֿן מאַרש, כּדי אויסצודריקן שטיצע פֿאַר אירע האָמאָסעקסועלע פֿרײַנד, האָט איר משפּחה געשריבן אין אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג. דער „הדסה־שפּיטאָל‟ האָט געמאָלדן, אַז די משפּחה האָט מסכּים געווען אַוועקצושענקען שירהס אָרגאַנען.

„אונדזער אויסערגעוויינטלעכע שירה איז דערמאָרדעט געוואָרן ווײַל זי איז געווען אַ גליקלעך 16־יאָריק מיידל, פֿול מיט לעבן און ליבשאַפֿט, וועלכע איז געקומען אויסדריקן איר מיינונג, אַז אירע פֿרײַנד האָבן דאָס רעכט זיך אויסצולעבן ווי זיי ווילן,‟ האָט די משפּחה דערקלערט. „אָן שום סיבה, און בלויז צוליב אַכזריות, טיפּשות און נאָכלעסיקייט, איז דאָס לעבן פֿון אונדזער שיין בלימעלע פֿאַרשניטן געוואָרן. שלעכטע זאַכן טרעפֿן אַ מאָל גוטע מענטשן, און זייער אַ שלעכטע זאַך איז געטראָפֿן אונדזער וווּנדערלעכער טאָכטער.‟

די דערקלערונג האָט אויך אויסגעדריקט אַ „האָפֿענונג פֿאַר ווייניקער שׂינאה, און מער טאָלעראַנץ‟.

די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער פֿון אַלע שאַטירונגען האָבן אויסגעדריקט צער איבער בנקיס פּטירה.

שליסל בלײַבט אונטער אַרעסט נאָך דעם ווי מע האָט אים פֿרײַטיק באַצייכנט ווי פּסיכאָלאָגיש ראָוי פֿאַרמישפּט צו ווערן. מיט בלויז דרײַ וואָכן פֿריִער האָט מען אים געהאַט באַפֿרײַט פֿון תּפֿיסה נאָכן זיצן 10 יאָר צוליב אַן ענלעכן אַטאַק אינעם ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ פֿון 2005.