צי זענען משיחישע שטימונגען מסוכּן?

Is Messianism Necessarily Dangerous?

אַ משיחישע אויפֿשריפֿט אויף אַ מויער, וואָס צעטיילט די ייִדישע און פּאַלעסטינער ראַיאָנען פֿון חבֿרון
אַ משיחישע אויפֿשריפֿט אויף אַ מויער, וואָס צעטיילט די ייִדישע און פּאַלעסטינער ראַיאָנען פֿון חבֿרון

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 16, 2015, issue of September 04, 2015.

לעצטנס, זענען אויף דער פֿרומער ייִדישער גאַס פֿאָרגעקומען אַ צאָל שרעקלעכע געשעענישן. דעם 30סטן יולי, איז אַ פֿרומער מאַן מיט אַ לאַנגער באָרד און פּאות אָנגעפֿאַלן מיט אַ מעסער אויף די באַטייליקטע אינעם ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ פֿון האָמאָסעקסואַלן און פֿאַרוווּנדעט זעקס מענטשן, אַרײַנגערעכנט די 16־יאָריקע שירה בנקי, וועלכער איז געשטאָרבן מיט דרײַ טעג שפּעטער אין שפּיטאָל. דער פֿאַרברעכער, וועלכער האַלט זיך פֿאַר אַ „שליח פֿון גאָט‟ איז אויך אַרײַן אין שפּיטאָל — פֿאַר פּסיכיש־קראַנקע.

ווען דער Forward האָט פֿאַרעפֿנטלעכט נעמי זעוועלאָפֿס אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן שוידערלעכן פֿאַרברעכנס, האָט איינער אַ פֿרומער קאָמענטאַטאָר זיך תּיכף אָפּגערופֿן און מיט גראָבע קללות געמאָלדן, אַז „ווען משיח וועט קומען, וועט מען די משכּבֿ־זכרניקעס און אַ סך אַנדערע פֿאַרברעכער פֿון דעם סאָרט פֿאַרניכטן‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט מײַן באַקאַנטע, וועלכע האָט זיך אַליין אַקטיוו באַטייליקט אינעם פּאַראַד און דערזען מיט די אייגענע אויגן, ווי דער צעיושעוועטער אָנפֿאַלער דערשטעכט דאָס מיידל אויף טויט, באַמערקט, אַז פֿאַר איר האָט אַזאַ אונטערנעמונג אַ משיחישן טעם. מײַן באַקאַנטע איז אַ שומרת־תּורה־ומיצוות, אָבער וואָס שייך איר סעקסועלערער אָריענטאַציע לעבט זי צוזאַמען מיט איר געליבטער.

דעם 31סטן יולי, האָט עמעצער אַרײַנגעוואָרפֿן אַ פֿײַער־פֿלאַש אין אַ פּאַלעסטינער הויז אויפֿן מערבֿ־ברעג. אַ קליין עופֿעלע, אַלי דאַוואַבשע, איז פֿאַרברענט געוואָרן אויף טויט, און זײַן טאַטע איז געשטאָרבן אין אַ וואָך אַרום פֿון שווערע ברי־וווּנדן. די שווער אָפּגעבריטע מאַמע פֿונעם קינד בלײַבט אין אַ קריטישן מצבֿ. די פֿאַרברעכער — לויט אַלע סימנים, עקסטרעם־רעכטע ייִדישע ייִשובֿניקעס האָבן איבערגעלאָזט אויפֿן פֿאַרברענטן הויז די אויפֿשריפֿט „יחי המלך המשיח‟. די דאָזיקע ספּעציפֿישע פֿראַזע איז פֿאַרבונדן מיט די ליובאַוויטשער משיחיסטן, וועלכע גלייבן, אַז זייער פֿאַרשטאָרבענער רבי לעבט נאָך און וועט זיך אומקערן ווי משיח־צדקנו. ס׳זעט אויס, אַז די פֿאַרברעכער האָבן אָפּגעטײַטש זייער משיחישע אמונה ווי אַ תּירוץ פֿאַר שרעקלעכער רציחה.

מיט צוויי וואָכן פֿאַרן דאָזיקן שוידערלעכן פֿאַרברעכן, האָט דער באַקאַנטער רעזשיסאָר און לינקער דענקער אודי אַלוני דורכגעפֿירט אין דײַטשלאַנד די פּרעמיערע פֿון זײַן נײַעם פֿילם „אַנטי־עדיפּ: קדיש נאָך שולמית‟, געווידמעט זײַן באַרימטער מאַמען, שולמית אַלוני, וועלכע איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק. דער רעזשיסאָר האָט אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע שיטה פֿון „ראַדיקאַל־לינקן משיחיזם‟ און באַטראַכט סאָלידאַריטעט צווישן ייִדן און אַראַבער ווי אַ משיחישע טעטיקייט. זײַענדיק אַ וועלטלעכער ייִד, באַציט ער זיך מיט דרך־ארץ צו אַנטי־ציוניסטישע חסידישע גרופּעס, וועלכע שילדערן די משיחישע גאולה אויך אויף אַן אַלמענטשלעכן אופֿן.

עס באַקומט זיך, אַז בײַ פֿאַרשיידענע ייִדן ווערט ביאת־המשיח אַסאָציִיִרט מיט אינגאַנצן היפּוכדיקע ענינים. פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין אַלע וואַריאַנטן פֿון משיחישע שטימונגען, צום גוטן צי צום שלעכטן, אַ היפּשע מאָס ראַדיקאַליזם. אויב אַפֿילו משיחס צײַטן זענען נאָך נישט געקומען, איז די עצם־אמונה אין „ליכטיקער צוקונפֿט‟ בעצם אַ רעוואָלוציאָנערע און, אַזוי ווי אַ סך אַנדערע רעוואָלוציאָנערע געדאַנקען, קאָן עס ברענגען אַ מענטשן אי צו די העכסטע שפּיצן פֿון אידעאַליזם און אַלטרויִזם, איז אַראָפּצושלעפּן אים אין דער סאַמע בלאָטע פֿון סכּנותדיקע מאַניאַקאַלע אַמביציעס.