איז אָבאַמאַ אַן אַנטיסעמיט? אַוודאי, נישט!

Obama is ‘dog whistling’ about Jews? Ridiculous!

באַראַק אָבאַמאַ טרעט אויף דעם 6טן אויגוסט
Getty Images
באַראַק אָבאַמאַ טרעט אויף דעם 6טן אויגוסט

פֿון אַלאַן סאָלאָוו (ייִט״אַ)

Published August 18, 2015, issue of September 04, 2015.

ווען עמעצער פֿירט אַ דעבאַטע און פֿילט, אַז זײַנע אַרגומענטן זענען שוואַך, בײַט מען אָפֿט די טעמע פֿון דיסקוסיע, כּדי צו געפֿינען אַ נײַעם תּירוץ זיך צו אַמפּערן ווײַטער. לויט דער דאָזיקער לאָגיק, ווען בײַ די קעגנער פֿון באַראַק אָבאַמאַס אָפּמאַך מיט איראַן שעפּן זיך אויס די עיקר־טענות, הייבן זיי אָן זיך צו באַקלאָגן, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַציט זיך, כּלומרשט, נישט גוט צו די ייִדן און באַנוצט צו זיי טאָפּלטע סטאַנדאַרטן.

ווען אָבאַמאַ האָט געשמועסט מיט די אָפּאָנענטן פֿונעם איראַנער אָפּמאַך, האָט ער בײַ זיי כּסדר געבעטן פֿאָרצולייגן אַן אַנדער פּראַקטישע אַלטערנאַטיוו. דערווײַל האָט עס קיינער נישט געטאָן. ווען מע טענהט, אַז מע וואָלט געקאָנט צוטראַכטן אַ „בעסערן הסכּם‟, איז עס בלויז פּוסטע רייד, כּל־זמן מע לייגט נישט פֿאָר קיין קאָנקרעטע פּלענער, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט אַנדערש באַהאַנדלען די סיטואַציע. דערפֿאַר גלייבן אַ סך אַמעריקאַנער, אַרײַנגערעכנט אַ גרויסע צאָל ייִדן, אַז דער קאָנגרעס דאַרף גוטהייסן דעם אָפּמאַך.

צוליב דער אָפּוועזנהייט פֿון קאָנקרעטע פּלענער און אַרגומענטן, האָבן די אָפּאָנענטן אָנגעהויבן אויסנוצן די דערמאָנטע טאַקטיק, בײַטנדיק די טעמע פֿון דער דעבאַטע. אַנשטאָט צו טרעפֿן זיך מיטן פּרעזידענט און באַטראַכטן די פּרטים פֿומעם אָפּמאַך מיט איראַן, טענהן געוויסע קריטיקער, אַז אָבאַמאַ האָט נישט געטאָרט קריטיקירן דעם פֿאַקט, אַז די קעגנער פֿונעם הסכּם פּלאַנירן צו פּטרן, צום ווייניקסטן, 40 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו ווײַזן, אַז דער פּרעזידענט פֿירט, כּלומרשט, אַן אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק.

אין דער אמתן, האָט אָבאַמאַ גאָרנישט געזאָגט ספּעציעל וועגן זײַנע ייִדישע קעגנער. ס׳איז אָבער אַ פֿאַקט, אַז אין שפּיץ פֿונעם קאַמף קעגן דעם איראַנער אָפּמאַך שטייען געוויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע קלײַבן זיך אויסצוגעבן אַ גרויסע סומע געלט אויף זייער פּאָליטישער קאַמפּאַניע. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך דאָך אַליין אַרויפֿגעוואָרפֿן אויפֿן פּרעזידענט. אַוודאי, האָט ער זיך קריטיש אָפּגערופֿן וועגן דער דאָזיקער טעטיקייט, אָבער וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו די ייִדן בכלל?

דער מחבר פֿון די שורות האָט געדינט ווי דער פֿאָרזיצער בײַ דער „פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון וויכטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון 2009 ביז 2011. אינעם דאָזיקן אַרטיקל דערקלער איך מײַן פּערזענלעכע פּאָזיציע.

במשך פֿון צענדליקער יאָרן האָב איך פּערזענלעך געקענט אָבאַמאַ. זײַן אַדמיניסטראַציע האָט געעפֿנט די טירן פֿונעם „ווײַסן הויז‟ פֿאַר די ייִדישע טוער, אַרײַנגערעכנט גאַנץ שאַרפֿע קעגנער פֿון זײַן פּאָליטיק. אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן האָבן אויך געשפּילט אַ פּראָמינענטע ראָלע אַ גאַנצע ריי אָבאַמאַס ייִדישע עצה־געבער און מומחים. ס׳איז ממש אַבסורדיש צו טענהן, אַז דער פּרעזידענט האָט נישט קיין דרך־ארץ צו די ייִדן. פּונקט פֿאַרקערט, מיר ווייסן דאָך, אַז דער פּרעזידענט געפֿינט זיך אין וואַרעמע און פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה.

איך האָב נישט קיין טענות צו די ייִדישע יחידים אָדער אָרגאַניזאַציעס, וואָס האַלטן קעגן דעם אָפּמאַך מיט איראַן. אַדרבה, געזונטערהייט. זיי דאַרפֿן אָבער ברענגען קאָנקרעטע אַרגומענטן, און נישט באַהאַלטן זיך הינטער די אויסגעטראַכטע באַשולדיקונגען אין „אַנטיסעמיטיזם‟ אָדער פּאָזיציאָנירן ווי „אייביקע קרבנות‟. פּונקט פֿאַרקערט, מע מוז זיך דערמאָנען, אַז די עצם־מעגלעכקייט זיך אַרײַנצומישן אין אַזאַ ערנסטער פּאָליטישער דעבאַטע איז אַ סימן, אַז די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַציט זיך צו די ייִדן מיטן זעלבן דרך־ארץ, ווי צו אַלע אַנדערע בירגער פֿונעם לאַנד. נאָכמער, דווקא צוליב אונדזער חשובֿער פּאָזיציע אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, דאַרפֿן מיר פֿאַרשטיין, אַז די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס קאָנען אין אַזאַ פֿאַל אויך ווערן אַן אָביעקט פֿון קריטיק, אויב זיי מישן זיך בפֿירוש אין די פּאָליטישע פּראָצעסן פֿונעם לאַנד און פּרוּוון צו דריקן אויפֿן פּרעזידענט אַליין.