אויסשטעלונג פֿון אַלטע שנה־טובֿות

Exhibit of Old Rosh Hashanah Cards

אַ פֿאַרליבט פּאָרל ווינטשט זיך אַ גוט־יאָר
Courtesy by The Israel Museum
אַ פֿאַרליבט פּאָרל ווינטשט זיך אַ גוט־יאָר

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 25, 2015, issue of September 18, 2015.

צי איז דאָ אַן אָרט פֿאַר שנה־טובֿות אין אַ מוזיי?

דאָס איז אַ פֿראַגע, וואָס האָט לאַנג געפּלאָגט די קוראַטאָרין פֿונעם אָפּטייל פֿון ייִדישער קונסט בײַם „ישׂראל־מוזיי‟, רחל צרפֿתי. „אַז עס רעדט זיך וועגן אַ רעמבראַנדט־געמעל אָדער אַן אַרכעאָלאָגישן עקספּאָנאַט, איז קלאָר, אַז יאָ. אָבער וועגן שנה־טובֿה־קאַרטלעך איז מער קאָמפּליצירט.‟

דאָס שיקן קרובֿים און פֿרײַנד שנה־טובֿות פֿאַר און צווישן די ימים־נוראים איז יאָרן לאַנג געווען אַ פֿאַרשפּרייטער מינהג בײַ ייִדן, אָבער הײַנט טוט עס כּמעט קיינער נישט — צום גרעסטן טייל, צוליב דער דיגיטאַלישער רעוואָלוציע. ווער עס וויל קען הײַנט שיקן אַ שנה־טובֿה דורך דער אינטערנעץ, און דערבײַ זיך אײַנשפּאָרן אַ קאָנווערט, מאַרקע און אַ שפּאַציר צום פּאָסטקעסטל.

אין 2008, האָט דער ישׂראלדיקער אילוסטראַטאָר חיים שטײַער געפֿרעגט בײַ די פֿאַרוואַלטער פֿונעם „ישׂראל־מוזיי‟, צי זיי וואָלטן געוואָלט קויפֿן זײַן זאַמלונג פֿון טויזטנער קאַרטלעך. שטײַער איז ניפֿטר געוואָרן אין 2010, און די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער מוזיי געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון די שנה־טובֿות, וואָס געפֿינען זיך אין שטײַערס זאַמלונג.

שטעלט זיך די פֿראַגע: ווען האָבן זיך באַוויזן די ערשטע שנה־טובֿה־קאַרטלעך? די געשיכטע איז אַן אינטערעסאַנטע. „אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען צום ערשטן מאָל אַרויסגעשיקט אַ פּאָסטקאַרטל, און די סענסאַציע האָט אינספּירירט מענטשן צו שיקן אילוסטרירטע קאַרטלעך, געווידמעט דעם קריסטלעכן נײַ יאָר,‟ האָט דערקלערט פּראָפֿ׳ שלום סבר (סאַבאַר), אַ היסטאָריקער פֿון ייִדישער קונסט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. „די דײַטשע ייִדן האָבן דאָס דערזען, איז זיי אײַנגעפֿאַלן, אַז מע דאַרף אויך האָבן אַזאַ זאַך פֿאַרן ייִדישן נײַ־יאָר.‟

אָפֿט מאָל האָט מען די קאַרטלעך פֿאַרבונדן מיט געשעענישן פֿון יענע צײַטן. אין איין קאַרטל, געדרוקט אין דײַטשלאַנד צווישן 1910 און 1919, שטייען ייִדן מיט טשעמאָדאַנען אויף אַ באַן־סטאַנציע. אונטן שטייט געשריבן אויף ייִדיש: „נאָך ארץ־ישׂראל‟.

אין אַ צווייט קאַרטל זעט מען ווי אַ פֿאַרליבט פּאָרל רעדט אויפֿן טעלעפֿאָן. צוגעטשעפּעט צום בילד איז אַזאַ ווינטשעוואַניע:

גלין־גלאָן, גלין־קלאָן!
עס קלינגט דער טעלעפֿאָן.
העלאָ, ווער רעדט?
איך, דײַן געליבטער, רייד:
טײַערע, איך ווינטש צום נײַעם יאָר
דיר גליק און גלאַנץ און פֿרייד.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט זיך באַוויזן דער ישׂראלדיקער מיליטערישער מאָטיף: סאָלדאַטן, טאַנקען און מיליטערישע פּאַראַדן, און שפּעטער — פּאָרטרעטן פֿון מיליטערישע העלדן ווי משה דיין און אַריאל שרון.

צרפֿתי איז די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, און דער דיזײַנער איז איל ראָזען.

אַ שנה־טובֿה באַערט משה דיין און די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות
Courtesy by The Israel Museum
אַ שנה־טובֿה באַערט משה דיין און די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות