אונגערישע ייִדן העלפֿן די פּליטים פֿון מיטעלן מיזרח

Hungarian Jews Aiding the Middle East Refugees

אַ גרופּע פּליטים לעבן דעם דאָרף ראָסקע, דרום־אונגערן, דעם 7טן סעפּטעמבער
Getty Images
אַ גרופּע פּליטים לעבן דעם דאָרף ראָסקע, דרום־אונגערן, דעם 7טן סעפּטעמבער

פֿון ייִט״אַ

Published September 09, 2015, issue of October 02, 2015.

די ייִדישע קהילה אין אונגערן האָט שוין געזאַמלט בערך $5,000 און אַ האַלבן טאָן עסן און אַנדערע זאַפּאַסן פֿאַר די פּליטים פֿונעם מיטעלן מיזרח. אין דער קאַמפּאַניע האָט „מאַזשיהיס‟, די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדישע קהילות, און איר יוגנט־אָפּטייל, געזאַמלט די נייטיקע זאַכן אין דרײַ דעפּאָען אין בודאַפּעשט, אַרײַנגערעכנט אַ שיל און אַ ייִדישן קהילה־צענטער.

„איך קען צווישן 100 און 150 אונגערישע ייִדן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער הילף־אַקציע,‟ האָט דערקלערט זאָלטאַן ראַדנאָטי, דער פֿאָרזיצער פֿונען רבנים־ראַט פֿון „מאַזשיהיס‟.

אונגערן איז לעצטנס געוואָרן איינער פֿון די הויפּט אַרײַנגאַנג־פּונקטן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿאַר די צענדליקער טויזנטער פּליטים פֿונעם מיטעלן מיזרח, אַרײַנגערעכנט אַ סך פֿון סיריע און איראַק, וווּ די בלוטיקע קאַמפֿן צווישן די סעקטעס ציט זיך שוין פֿיר יאָר, זינט 2011.

במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָבן די אינטערנאַציאָנאַלע מעדיע־קוואַלן איבערגעגעבן שאָקירנדיקע באַריכטן וועגן טויזנטער פּליטים, וואָס זענען אומגעקומען סײַ אויפֿן וואַסער, סײַ אויף דער יבשה, בעת זיי האָבן געזוכט אַ מקום־מיקלט אין אייראָפּע. טויזנטער מענטשן זענען לעצטנס אַרײַנגעקומען אין אונגערן, וואָס געהערט צום אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, דורך סערביע — נישט קיין מיטגליד פֿונעם פֿאַרבאַנד.

אַ סך פֿון די פּליטים זענען אַרײַן אין אונגערן, כּדי צו פֿאָרן ווײַטער אויף צפֿון, אין די מער פֿאַרמעגלעכע לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אין געוויסע פֿאַלן האָבן די אונגערישע אויטאָריטעטן אַפֿילו געהאָלפֿן זיי אַריבערפֿאָרן די גרענעץ קיין עסטרײַך.

בערך 340,000 פּליטים פֿונעם מיטעלן מיזרח זענען הײַיאָר שוין אָנגעקומען אין די לענער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, גיט איבער אַ סטאַטיסטיק פֿון דער „יו־ען‟.

אַראָפּנעמענדיק אַ מוסר־השׂכּל פֿונעם חורבן, האָבן עטלעכע אָנגעזעענע אייראָפּעיִשע רבנים, אַרײַנגערעכנט דעם הויפּט־רבֿ פֿון פֿראַנקרײַך, ר׳ חיים קאָרסיאַ, און דער געוועזענער הויפּט־רבֿ פֿון ענגלאַנד, ר׳ יונתן סאַקס, גערופֿן די אייראָפּעיִשע רעגירונגען צו באַהאַנדלען די פּליטים מיט אַ ברייטער האַנט און העלפֿן זיי אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך.

„ווי מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, ווייסן מיר גוט דעם טעם פֿון מוזן אַנטלויפֿן פֿון אונדזער היימלאַנד,‟ האָט ראַדנאָטי געזאָגט דער ייִט״אַ.