שאַנכײַ עפֿנט פּאַרק לכּבֿוד ייִדישע פּליטים פֿונעם חורבן

Shanghai Opens Park to Honor Jewish Holocaust Refugees

בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע, „פֿושויאַן־צווינטער‟, 2015
בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע, „פֿושויאַן־צווינטער‟, 2015

פֿון ייִט״אַ

Published September 11, 2015, issue of October 02, 2015.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט מען געעפֿנט אַ פּאַרק לכּבֿוד די 20,000 ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין שאַנכײַ, אָנהייבנדיק פֿון 1938. דער „ייִדישער אָנדענק־פּאַרק‟ געפֿינט זיך אינעם „פֿושויאַן־צווינטער‟, אינעם קינגפּו־ראַיאָן פֿון דער שטאָט.

שאַנכײַ האָט במשך פֿונעם חורבן געדינט ווי אַ זעלטענער מקום־מיקלט, וווּ מע האָט נישט באַדאַרפֿט קיין וויזע אַרײַנצוקומען.

בעת דער עפֿענונג פֿונעם פּאַרק, האָט דער ישׂראלדיקער גענעראַל־קאָנסול, אַרנון פּערלמאַן, דערקלערט די וויכטיקייט פֿון „געדענקען די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן כינע און ישׂראל, און צווישן שאַנכײַ און ישׂראל‟. אויף אַ בייט פֿריש־פֿאַרזייטן גראָז, האָט מען געשטעלט אַ גרויסן שטיינערנעם מגן־דוד, וואָס דינט ווי דער יסוד פֿון אַ סקולפּטור פֿון שטיינער מיט אַ מנורה אין מיטן.

איינער פֿון די שטיינער באַערט דעם ד״ר האָ פֿענג־שאַן, דער כינעזישער גענעראַל־קאָנסול אין ווין בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט די באַפֿעלן פֿון די נאַציס, דורכן אויסטיילן מער ווי 3,000 וויזעס צו ייִדן אין עסטרײַך, וואָס האָט זיי דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין כינע. הגם די וויזעס זענען נישט געווען נייטיק אַרײַנצוקומען אין שאַנכײַ, האָט מען זיי יאָ געדאַרפֿט האָבן בײַם פֿאַרלאָזן עסטרײַך.

די דײַטשע און עסטרײַכישע ייִדן, וואָס זענען אָנגעקומען אין שאַנכײַ אין די שפּעט־1930ער און אָנהייב־40ער יאָרן, האָבן געטראָפֿן עטלעכע טויזנט ייִדן, וועלכע האָבן זיך דאָרט באַזעצט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 50 יאָר, אַ טייל — צוליב געשעפֿטן, און אַנדערע, כּדי צו אַנטלויפֿן פֿון די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און דער גרינדונג פֿון דער פֿאָלקס־רעפּובליק פֿון כינע אין 1949, האָבן אַ סך ייִדן אין שאַנכײַ עמיגרירט קיין צפֿון־אַמעריקע, ישׂראל און אויסטראַליע.

במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר האָט די שטאָט זיך באַמיט צו באַקענען דעם ברייטן עולם מיט דער ייִדישער געשיכטע אין שאַנכײַ. אין 2007 האָט דער „שאַנכײַער מוזיי פֿון די ייִדישע פּליטים‟ זיך געעפֿנט אויפֿן אָרט פֿון דער געוועזענער שיל „אוהל משה‟. אָנהייב 2015 האָט דער מוזיי אָנגעבאָטן בײַ UNESCO אַרײַנצונעמען די אַמאָליקע ייִדישע געגנט אין איר רשימה פֿון ערטער מיט אַ חשובֿער קולטור־געשיכטע.

מיט אַ חודש צוריק האָט מען ווידער געעפֿנט דעם קאַפֿע „ווײַס פֿערד‟, וואָס איז בעת דער מלחמה געווען אַ פּאָפּולער זאַמל־אָרט פֿאַר די ייִדישע פּליטים. דער איצטיקער קאַפֿע געפֿינט זיך אַנטקעגן דעם פּליטים־מוזיי, אָבער האָט דעם זעלבן אויסזען ווי דער אַמאָליקער.

דער ישׂראלדיקער קאָנסולאַט זוכט דערווײַל די דאָקומענטן פֿון פֿאַרשטאָרבענע ייִדישע פּליטים אין שאַנכײַ, כּדי מע זאָל קענען אויפֿשטעלן טאָוולען אין זייער אָנדענק. די הוצאָות וועלן געדעקט ווערן דורכן „קולטור־פֿאָנד פֿון ייִדישן אָנדענק‟ (Jewish Memorial Cultural Fund).