„אַל-אַקצאַ‟: פֿרישע באַשולדיקונגען — דער זעלבער טעם

Al-Aqsa: New Accusations, With the Same Bitter Taste

ישׂראלדיקער פּאָליציי פּאַרטאָלירן אַ גאַס אינעם מוסלעמענישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלט־שטאָט אין ירושלים. זונטיק, דעם 4טן אָקטאָבער
Getty Images
ישׂראלדיקער פּאָליציי פּאַרטאָלירן אַ גאַס אינעם מוסלעמענישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלט־שטאָט אין ירושלים. זונטיק, דעם 4טן אָקטאָבער

פֿון עמיל קאַלין

Published October 08, 2015, issue of October 30, 2015.

דאָס שׂינאה־פֿײַער, וואָס האָט זיך לעצטנס ווידער צעברענט און צעטראָגט זיך איבערן לאַנד, איז נישט געוואָרן קלענער, און ווײַזט דערווײַל נישט אַרויס קיין סימן, אַז עס וועט אין גיכן אויסגעלאָשן ווערן.

עס איז שווער צו זאָגן, צי ישׂראל און די פּאַלעסטינער שטייען אויף דער שוועל פֿון אַ ברייטן צוזאַמענשטויס, לאַנג־אָנגייענדיקע אומרוען, וואָס וועלן האָבן אַ ממשותדיקן אײַנפֿלוס אויפֿן לעבנס־שטייגער פֿון פֿיל ישׂראלים, אָדער זיי וועלן זיך אײַנשטילן אויף אַ ווײַלע ביזן קומענדיקן מאָל.

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז איין זאַך קלאָר: די רופֿן „ווײַטער אָנצוגיין‟ מיטן שלום־פּראָצעס און זײַן גרייט צו פּײַנלעכע פּשרות וועלן, נאָך אַלעמען, ווידער זיך הערן פֿון די „געוועזענע הויך־ראַנגיקע פֿיגורן אין דער זיכערהייט־דינסט‟ און אַנדערע. יאָ, די פּאַלעסטינער לעבן אונטערן דרוק פֿון אָקופּאַציע. זיי טאָרן זיך נישט ווענדן און קערן ווי זיי וואָלטן געוואָלט איבערן גאַנצן לאַנד. די פּאַלעסטינישע עקאָנאָמיע צעפֿאַלט זיך און איז פֿאַרבונדן מיטן ישׂראלדיקן ברענשטאָף. אַלץ איז טאַקע אַזוי! דערפֿאַר צווינגען אָט די אַלע סיבות דעם המון אַרויסצוגיין אויף דעמאָנסטראַציעס; אָבער אַרײַנשטופּט די מעסערס און פּיסטוילן אין די הענט פֿון די מערדער־יחידים?! געוויס — ניין, כאָטש אַזוי קומט פֿאָר, און די פּאַלעסטינער קוואַלן טראָגן עס באַלד אונטער דער מערבֿ-וועלט, ווי אַ פּועל־יוצא פֿונעם פּאַלעסטינער ווידערשטאַנד. די אויספֿירן און אויסטײַטשן פֿון די „מומחים אין דער פּאַלעסטינער פּראָבלעם‟ קענען זײַן קלוג און באַלערנדיק, אָבער אין דעם פֿאַל טרעפֿן זיי גאָר ווײַט פֿון דער צילברעט.

ווי עס טענהן די פּאַלעסטינער, איז די גרונט-סיבה פֿאַרן איצטיקן אויסברוך — דער פּרוּוו פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג צו בײַטן דעם סטאַטוס-קוואָ פֿון דעם הייליקן באַרג, און דערלאָזן די ייִדן צו דאַווענען אין „אַל-אַקצאַ‟. לאָמיר דערווײַל אָפּלאָזן דעם ריינעם ראַסיסטישן גערוך, וואָס לאָזט זיך לײַכט דערשמעקן פֿון די ווערטער. אָט די טענות ווערן פֿאַרדאַמט כּסדר דורך מדינת-ישׂראל. עס געפֿינט זיך נישט קיין איין פֿאַראַנטוואָרטלעכער מנהיג איבער דער וועלט, וואָס איז גרייט צושטימען מיט אָט דער טענה, סײַדן געוויסע מוסולמענער און ווילדע אַנטיסעמיטן וועלן גלייבן אין אַזעלכע באָבע-מעשׂיות. עס קען לײַכטער געמאָלט ווערן, אַז עפּעס אַ מעטעאָר וועט פֿאַרטיק מאַכן „אַל-אַקצאַ‟, איידער די ייִדן וועלט אויף דעם אָרט אויפֿבויען דעם דריטן בית-המקדש.