„נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟: שטיצונג פֿאַר די פֿאָרשער

Scholarships from the National Authority for Yiddish Culture

פֿון „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟

Published October 08, 2015, issue of October 30, 2015.

בנימין הוניאַדי באַקומט זײַן סטיפּענדיע פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין בײַ דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, יהודית סולל
בנימין הוניאַדי באַקומט זײַן סטיפּענדיע פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין בײַ דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, יהודית סולל

נאָך יאָרן פֿון אַ פֿאַקטישן אומעקזיסטענץ איז די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟ אין ישׂראל ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן. די אינסטאַנץ פֿאַרמאָגט אַ נײַ וועבזײַטל, וואָס ווערט געפֿירט אויף ייִדיש און העברעיִש, און וואָס גיט איבער וועגן ייִדיש־שפּראַכיקע אַקטיוויטעטן אין ישׂראל און איבער דער גאָרער וועלט. די אינסטאַנץ טיילט אויך מיט אַ סך רעסורסן פֿאַר ייִדיש, ווי אויך טשיקאַווע דאָקומענטן און ידיעות אויף איר פֿייבסוק־זײַטל.

לעצטנס, האָט די „אינסטאַנץ‟ אַרויסגעלאָזט איר הײַיאָריקע ליסטע פֿון גראַדויִר־סטודענטן אין ישׂראל, וואָס זי שטיצט אונטער פֿינאַנציעל. די אַקאַדעמישע סטיפּענדיאַנטן זענען:

בועזסון גתית — פֿאָרשט אויס, ווי אַזוי מע האָט געביטן דעם אויסשפּרעך פֿון די העברעיִשע לידער פֿון אַן אַשכּניזישער ביז אַ ספֿרדישער.

הוניאַדי בנימין — פֿאָרשט אויס די אַנאַרכיסטישע זשורנאַליסטיק אויף ייִדיש צווישן די יאָרן 1890—1977.

לוקין מיכאל — פֿאָרשט אויס די „פּאָעטיק און מוזיק פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער‟.

ניסים אסתי — פֿאָרשט אויס די „באַציִונגען צווישן רוים, אידענטיטעט און געשלעכט‟ אין די ווערק פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.

טרייסל אליעזר — פֿאָרשט אויס די אונטערשיידן צווישן די העברעיִשע און ייִדישע נוסחאָות פֿון הרבֿ. נחמן בראַצלעווערס מעשׂיות.

צאושו נועה — פֿאָרשט אויס פּרץ מאַרקישעס פֿאָעמע „די קופּע‟.

קאהן אוהד — פֿאָרשט אויס די ייִדישע השפּעות אויף דער פּאָעטישער שפּראַך פֿון פּאַול מעלאַנס.

שמולביץ חוה — פֿאָרשט אויס די מאַקאַראָנישע לידער אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.yiddish-rashutleumit.co.il/yi.