טעלעוויזיע־פּראָגראַם וועגן ייִדיש אין ברוקלין

TV Documentary about Yiddish in Brooklyn

ד״ר זעפֿער טישאָוט
ד״ר זעפֿער טישאָוט

פֿון „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟

Published October 15, 2015, issue of October 30, 2015.

די אַדוואָקאַט און פּראָפֿעסאָרין פֿון יוריספּרודענץ אין „פֿאָרדהאַם‟־אוניווערסיטעט ד״ר זעפֿער טישאָוט איז באַקאַנט געוואָרן אין שטאַט ניו־יאָרק אַ דאַנק דעם, וואָס זי האָט פֿאַראַיאָרן קאָנקורירט קעגן דעם ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ אין די „פּרײַמערי‟־וואַלן. כאָטש זי האָט ניט געוווּנען, האָט זי צוגעצויגן אַ סך אָנהענגער און איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע קאָמענטאַטאָרין אויף דער טעלעוויזיע.

לעצטנס פֿירט זעפֿער טיטשאָוט אָן מיט אַ נײַער טעלעוויזע־פּראָגראַם, וואָס פֿאָרשט אויס פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון די מענטשן, וואָס באַפֿעלקערן דעם הײַנטיקן ברוקלין. דעם סאַמע־ערשטן עפּיזאָד פֿון איר פּראָגראַם האָט זי אָפּגעגעבן דער טעמע „דער ייִדיש־רעדנדיקער ברוקלין‟. אינעם עפּיזאָד באַזוכט זי דרײַ געגנטן — וויליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק און קראַון־הײַטס — וווּ עס וווינען ס׳רובֿ ייִדיש־רעדערס און דערוויסט זיך וועגן זייער קולטור און טראַדיציעס.

ד״ר דזשאָן מאָלנקאָפּף, אַ קאַרטאָגראַף, וואָס איז דער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַר שטאָט־פֿאָרשונג‟ בײַם גראַדויִר־צענטער פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט גיט איבער, אַז לויטן צענזוס רעדן הײַנט אַרום 87,000 מענטשן ייִדיש אין דער היים אין ברוקלין, און אַז 90% פֿון זיי זענען אויפֿגעוואַקסן דאָ אין אַמעריקע. ס׳רובֿ פֿון די חסידישע ייִדיש־רעדער וווינען אין באָראָ־פּאַרק (36,000) און אין וויליאַמסבורג (24,000). לויט ד״ר מאָלנקאָפּף זענען 47% פֿון די, וואָס רעדן ייִדיש אין דער היים, אָרעם לויט דער קריטעריע פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג און ווייניקער פֿון אַ העלפֿט צווישן די חסידישע פֿרויען אַרבעטן.

בעת איר באַזוכן וויליאַמסבורג, גייט טיטשאָוט צוזאַמען אויף די גאַסן מיט פֿרידע וויזעל, אַ געוועזענע חסידישע פֿרוי, וואָס פֿירט אָן מיט טורן פֿון וויליאַמסבורג, וואָס לערנען די נײַגעריקע וועגן דער חסידישער קהילה. פֿרידע דערציילט ד״ר טישאָוט וועגן געוויסע אונטערשיידן צווישן דעם ייִדיש, וואָס מע לערנט אין די אוניווערסיטעטן און דעם ייִדיש, וואָס מע רעדט הײַנט אין וויליאַמסבורג. אין אַ בעקערײַ דערקלערט זי, למשל, אַז „ראָגעלעך‟ האָט מען בײַ איר אין דער היים גערופֿן „קיפּעלעך‟. בעת זי און ד״ר טיטשאָוט קויפֿן די „קיפּעלעך‟, פּרובירט די פּראָפֿעסאָרין צו דאַנקען דעם קאַסירער דורכן זאָגן „גראַוסע דאַנקע‟ און וויזעל לערנט זי אויס ווי אַזוי צו זאָגן „ש׳כּוח‟. וויזעל דערקלערט ווײַטער, אַז זי קען דערקענען צי עמעצער שטאַמט פֿון באָראָ־פּאַרק אָדער וויליאַמסבורג צוליב זײַן אַקצענט בכלל און דעם אופֿן, ווי אַזוי ער רעדט אַרויס „ל‟ בפֿרט.

בעת איר באַזוכן קראַון־הײַטס, רעדט טיטשאָוט מיט הרבֿ בערל עפּשטיין, וואָס פֿירט אָן מיט טורן איבער דער געגנט. הרבֿ עפּשטיין דערקלערט וועגן די מלבשים פֿון די הײַנטיקע חסידים, פֿאַר וואָס זיי טראָגן בערד און מער פּרטים וועגן דער חסידישער טעאָלאָגיע. הרבֿ עפּשטיין דערקלערט, אַז פֿאַר די ליובאַוויטשער חסידים איז ייִדיש ניט אַזוי וויכטיק ווי אין די אַנדערע חסידישע גרופּעס, און אַז עס גייט זיי מער אָן וואָס מע זאָגט, איידער אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך מע רעדט. ער דערקלערט ווײַטער, אַז וואָס מער בעלי־תּשובֿים ווערן אַ טייל פֿון דער קהילה, אַלץ ווייניקער ייִדיש ווערט דאָרטן גערעדט. פֿאַר אַ שילד, אויף וועלכן עס שטייט (און טאַקע אויף ייִדיש) „אָט אָט קומט משיח‟ גייט טישאָוט אַרײַן אין דער באַקאַנטער ליובאַוויטשער שיל, וואָס געפֿינט זיך אויף 770 איסטערן־פּאַרקוויי.

אין באָראָ־פּאַרק גייט טיטשאָוט אַרום מיט יעקבֿ גלוק, אַ געוועזענער חסיד, וואָס פֿירט אָן מיט טורן איבער וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק. גלוק דערקלערט, פֿאַר וואָס ער האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה און לערנט טישאָוט ווי אַזוי צו זאָגן „מע קען ניט טאַנצן אויף צוויי חתונות‟. אַ פֿרוי, וואָס הערט אונטער דעם שמועס דערקלערט טיטשאָוט, אַז ייִדיש איז פֿאַר זיי וויכטיק, אָבער אַז „מיר זענען ניט קיין ייִדישיסטן‟.

דעם גאַנצן עפּיזאָד קען מען זען אָט דאָ: