זיכערהייט־אינסטאַנצן אינסטרוקטירן קהילות

Homeland Security Briefs Jewish Groups

אַלעכאַנדראָ מאַיאָרקאַס, דער וויצע־סעקרעטאַר בײַם דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד־זיכערהייט, טרעט אויף דעם 18טן אָקטאָבער אין ניו־יאָרק
Getty Images
אַלעכאַנדראָ מאַיאָרקאַס, דער וויצע־סעקרעטאַר בײַם דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד־זיכערהייט, טרעט אויף דעם 18טן אָקטאָבער אין ניו־יאָרק

פֿון ייִט״אַ

Published November 27, 2015, issue of December 11, 2015.

מאָנטיק, דעם 23סטן נאָוועמבער, האָבן פֿאָרשטייער פֿון בערך 300 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך באַטייליקט אין אַ טעלעפֿאָן־קאָנפֿערענץ מיט אַלעכאַנדראָ מאַיאָרקאַס, דער וויצע־סעקרעטאַר בײַם דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד־זיכערהייט, און צוויי אַנדערע הויך־ראַנגיקע רעגירונג־באַאַמטע. בעת דעם טעלעפֿאָן־שמועס, האָבן די מלוכישע זיכערהייט־עקספּערטן אינסטרוקטירט די ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס, ווי אַזוי זיך צו באַשיצן פֿון מעגלעכע טעראָר־אַטאַקן, טאָמער די טעראָריסטן וועלן נאָכמאַכן די אַנומלטיקע פּאַריזער אַטאַקן אין אַמעריקע.

די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער „נעץ פֿון פֿאַרזיכערטע קהילות‟ (SCN). פּאָל גאָלדענבערג, דער דירעקטאָר פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז רעגירונג־באַאַמטע האָבן איסטרוקטירט 500-600 מנהיגים פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. גאָלדערבערג האָט צוגעגעבן, אַז מאַיאָרקאַס און די אַנדערע באַאַמטע האָבן נישט געהערט פֿון קיין ספּעציפֿישע סכּנות אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער באַשלאָסן יעדנפֿאַלס דורכצופֿירן אַזאַ טעלעפֿאָן־קאָנפֿערענץ, טאָמער אַן ענלעכער נוסח פֿונעם טעראָריסטישן עקסטרעמיזם באַווײַזט זיך אויפֿן אַמעריקאַנער קאָנטינענט.

SCN איז אַ בשותּפֿותדיקער צווײַג פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס אין צפֿון־אַמעריקע‟ און דער „פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון גרויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟. גאָלדענבערג האָט דערקלערט, אַז זײַן גרופּע וועט צוגרייטן די ייִדישע קהילות און אינסטיטוציעס צו מעגלעכע אַטאַקן אויפֿן סמך פֿון די ידיעות, וואָס מע האָט לעצטנס באַקומען פֿון פּאַריז, וווּ דעם 13טן נאָוועמבער האָבן די טעראָריסטן אומגעבראַכט לכל־הפּחות 130 מענטשן.

מאַיאָרקאַס האָט באַטאָנט, אַז ווען די טעראָריסטן אַטאַקירן נישט אַ ייִדישע צילברעט, קאָנען זיי שפּעטער דורכפֿירן אַ צווייטן אָנפֿאַלן אויף די ייִדן. אַזוי איז געשען אינעם פּאַריזער כּשרער קראָם נאָכן אַטאַק אויפֿן נישט־ייִדישן סאַטירישן זשורנאַל.

בעת דעם שמועס האָט מען אויך באַהאַנדלט די אינפֿאָרמאַציע, וואָס עטלעכע אַמעריקאַנער ייִדישע פֿעדעראַציעס האָבן נישט לאַנג צוריק באַקומען פֿון די ישׂראלדיקע פּאָליציי־שעפֿן, וועלכע האָבן אינפֿאָרמירט זייערע אַמעריקאַנער קאָלעגן, ווי אַזוי צוצוגרייטן דעם ציווילן עולם צו אַ מעגלעכן טעראָריסטישן אַטאַק.