אונדזער מאָדנע פֿאָלק

Our Odd Nation

Yehuda Blum

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published December 09, 2015, issue of December 25, 2015.

אַנומלטן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מײַן לאַנג־יאָריקן פֿרײַנד אימאַט ע׳. אימאַט איז אַ באַװוּסטער ישׂראלדיקער שױשפּילער, אַן אַראַבער, אַ קריסט און פּשוט אַ גאָלדענע נשמה. פֿון צײַט צו צײַט טרעפֿן מיר זיך אין יפֿו, אין אַ קלײנער קאַװיאַרניע און באַהאַנדלען די פּרטים פֿון אַ נײַער ראָלע, איבער װעלכער אימאַט האָט אָנגעהױבן צו אַרבעטן. אונדזער לעצטע טרעפֿונג, אָבער, איז אַראָפּגעפֿאָרן פֿונעם געװײנטלעכן סדר־היום; דער געשפּרעך האָט זיך ניט געקלעפּט און זיך געדרײט אַרום דעם צופֿעליק אונטערגעהערטן שמועס צװישן צװײ בעדויִנער, װען איך און אימאַט האָבן געװאַרט אין תּל־אָבֿיבֿ אױף אַן אױטאָבוס, כּדי צופֿאָרן צו אונדזער קאַװיאַרניע אין אַלטן יפֿו. די בעדויִנער האָבן גערעדט שטיל אָבער עמאָציאָנעל, און אימאַט האָט מיר איבערדערצײלט דעם תּוכן פֿונעם געשפּרעך. די צװײ בכּבֿודיקע בעדויִנער האָבן באַהאַנדלט אַ װיכטיקן ענין — װיפֿל מענער פֿונעם שבֿט א׳ דאַרפֿן זײ ממיתן, כּדי זיך נוקם זײַן אין אַ צופֿעליקן טױט (בעת אַן אױטאָ־אַװאַריע) פֿון אַ בעדויִנער פֿרױ פֿון זײער אײגענעם שבֿט.

כ׳בין געװען שאָקירט און ניט געװאָלט גלײבן, אַז הײַנטיקע טעג, אין אַ מדינה מיט אַ פֿעסטער און שטרענגער יורידישער סיסטעם, קענען צװײ אירע בירגער זיצן און באַהאַנדלען די באַדינגונגען פֿון אַ באַרבאַרישער טראַדיציע, פֿון אַ בלוט־נקמה. װאָס דאַרפֿסטו זיך חידושן — האָט מיך נאָך מער באַאומרויִקט אימאַט — אױך בײַ די ייִדן עקזיסטירט אַ טראַדיציע פֿון „שן תחת שן, עין תחת עין‟, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַן אויג פֿאַר אַן אױג, און נאָר דאָס קריסטלעכע גלױבן — האָט װײַטער געטענהט אימאַט — רופֿט אונדז אונטערשטעלן די רעכטע באַק, װען מע האָט דיר אַ פּאַטש געטאָן אין דער לינקער.

עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז אָנשטאָט באַהאַנדלען אימאַטס נײַע ראָלע, האָב איך געמוזט פּטרן די צײַט, כּדי צו דערקלערן, אַז „אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן‟ אאַז”װ מײנט ניט אַנדערש װי אַ יורידישן צוגאַנג בײַם אָננעמען די מאָס פֿון אַ שטראָף־רעפּאַראַציע אין געריכט. אַ װאָרט אַהער, אַ װאָרט אַהין, און סוף־כּל־סוף, זײַנען מיר געקומען צו אַ הסכּמה, אַז די סיבה פֿון די אַכזריותדיקע טאַטן, סײַ פֿון דער בלוט־נקמה און סײַ פֿונעם מעסער־טעראָר, דאַרף מען זוכן אין די גײַסטלעכע חסרונות פֿון דער יסוד־דערציִונג — אין יעדער משפּחה, אין יעדן קינדער־גאָרטן, אין יעדער שול און, און…

פֿאָלג מיך אַ גאַנג!… נאָך מיט פֿינף טױזנט יאָר צוריק האָבן מענטשן פֿאַרשטאַנען, אַז מע טאָר ניט הרגענען, מע טאָר ניט גנבֿענען, מע טאָר ניט זאָגן ליגן, און װאָס?… די דאָזיקע פּרינציפּן זײַנען אַ יסוד פֿון אַלע מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס, און װאָס?… עס העלפֿט װי אַ טױטן באַנקעס. פֿאַרקערט, די אײנפֿאַכע מעלדונג, אַז „גאָט איז גרױס‟ האָט אָנגעהױבן צו שרעקן דעם פּשוטן עולם פֿון אײן עק װעלט ביזן צװײטן. גיט אַ פּרוּװ זיך אָפּצושטעלן אין מיטן עפּעס אַ באַלעבט פּלאַץ אין בערלין, אין תּל־אָבֿיבֿ אָדער אין ניו־יאָרק און גיט אַ געשרײ: „אַלאַהו אַקבאַר‟ (סופּערלאַטיװ פֿון „גאָט איז גרױס‟), און איך בין זיכער, אַז אין אַ רגע אַרום װעט איר בלײַבן שטײן אױף אַ לײדיקן פּלאַץ, אַרומגערינגלט מיט הונדערטער באַװאָפֿנטע קאָמאַנדאָ־פּאָליציאַנטן.

איך געדענק ניט, װען און װי אַזױ בין איך, אַ ליבעראַלער ייִד, געקומען צו מײַן איצטיקער טאָג־אָרדענונג, נאָר יאָרן לאַנג, צװײ מאָל אַ טאָג זאָג איך „שמע ישׂראל‟. און דאָס קריאת־שמע־זאָגן איז פֿאַר מיר דאָס מינימאַלע מיטל, װאָס דערלױבט מיר צו פֿילן זיך װי אַ טײל פֿון מײַן פֿאָלק. דאָס דאָזיקע „שמע ישׂראל‟ איז מײַן פּערזענלעכע מעלדונג, אַז איך בין אַ מאָנאָטעיִסט, פּונקט אַזױ װי די קריסטן און מוסולמענער, נאָר אין אונטערשײד פֿון די קריסטן און מוסולמענער, נייטיק איך, אַ פּשוטער ייִד, זיך ניט אין אַ מעקלער אין מײַנע פּריװאַטע באַציִונגען מיט גאָט.

אַפֿילו בײַ משה־רבינו װעל איך ניט בעטן, אַז ער זאָל זיך אַרײַנמישן אין מײַנע באַציִונגען מיט גאָט; און ס׳איז שױן גאָר איבעריק צו זאָגן, אַז נאָך יעדן קריאת־שמע־זאָגן װעל איך זיך ניט כאַפּן צום פּיסטױל אָדער אַ מעסער, און כ’װעל ניט לױפֿן איבער די גאַסן און ממיתן יעדן אײנעם, װאָס גלײבט, להבֿדיל, אין יויזלס אָדער מוכאַמדס באַזונדערער נבֿיאות.

שױן גאַנץ װילד, לכל־הפּחות אין מײַנע אױגן, זעט אױס דאָס רעאַלע בילד, װען די מוסולמענער פֿון פֿאַרשײדענע איסלאַם־צװײַגן — סוניטן, שיִיִטן, װאַהאַביטן אָדער אַלאַװיטן — שטײען אײנער אַנטקעגן דעם צװײטן, שרײַען דעם זעלבן „אַלאַהו אַקבאַר‟, און מאַסנװײַז הרגענען אױס גאַנצע שטעט און קאַנטן. איר קענט מיך טױזנט מאָל שיסן, נאָר איך װעל קײן מאָל ניט פֿאַרשטײן, מיט װאָס איז דער סוניטישער „אַלאַהו אַקבאַר‟ בעסער אָדער אַנדערש פֿונעם שיִיִטישן. ס׳איז ממש אַ קשיא. און קײן אײן ענטפֿער אױף דער קשיא קען ניט באַרעכטיקן אַ װעלכן ניט איז מאָרד, און באַזונדערס, אַ מאָרד אין גאָטס נאָמען, באַהיט זאָל מען װערן.

אָט מיט אַזעלכע שװערע געדאַנקען בין איך אַהײם געפֿאָרן נאָך דער פֿאַרשטערטער טרעפֿונג מיט מײַן פֿרײַנד אימאַט ע׳. כ׳בין געקומען אַהײם און גלײַך באַקומען אַ נײַע פּאָרציע פֿון שאָק, דהײַנו, אַן אינטערװיו מיט אַ ייִדישער אַדװאָקאַטין, װעלכע האָט זיך אונטערגענומען צו פֿאַרטײדיקן אַ צװעלף־יאָריק פּאַלעסטינער ייִנגל, װעלכער איז באַפֿאַלן און האָט געשטאָכן מיט אַ מעסער אַ ייִדיש בר־מיצװה־קינד. די ייִדישע אַדװאָקאַטין האָט שטאָלץ געמאָלדן: „איך קען פֿאַרשטײן דאָס פּאַלעסטינער קינד. ער איז ניט קײן טעראָריסט, ער קעמפֿט קעגן די ישׂראלדיקע אײַנזידלער־טעראָריסטן!‟

אַ מאָדנע פֿאָלק זײַנען מיר, ייִדן. און אַזאַ שײנעם מזל האָבן מיר, אַז אױב ס׳קומט שױן יאָ אַ ייִד זיך באַזעצן אױף שטענדיק אין ארץ־ישׂראל, טאָ אױך דעמאָלט קען ער ניט אײַנזיצן אױף אײן אָרט װי אַ מענטש. דער גלות שטעכט אים װי אַ שפּילקע און קלאַפּט אים אַרײַן אין מוח — אַ ייִד איז שטענדיק שולדיק! יאָ, מײַנע דאַמען און הערן, מע בענקט. מע בענקט נאָך די פּרעכטיקע אוקראַיִנישע נעכט, מע בענקט נאָך די װוּנדערלעכע סיבירער לאַגערן, מע בענקט נאָך דער מאַמאַליגע, מע בענקט נאָך אַ קלײנעם פּאָגראָמטשיק אין באַגדאַד… בקיצור, מע בענקט נאָך דער רוח װײסט װאָס. אָבער װאָס קען מען טאָן? מע דאַרף מכבד זײַן אַלע מענטאַליטעטן. נאָר אײן שאלה האָב איך צו אײַך, מײַנע ליבע דאַמען און הערן, אפֿשר װײסט איר, װוּ ס’ליגט די גרענעץ צװישן מאַזאָכיסטישן מענטאַליטעט און משוגעת?…

ס׳איז שװער צו זײַן אַ קלײן פֿאָלק אין אַ קלײן לאַנד מיט גרױסע אַמביציעס, באַזונדערס, װען די אַמביציעס באַשטײען פֿון אײן און אײנציקער פּראָלעטאַרישער בקשה: אידיאָטן פֿון גאָר דער װעלט, לאָזט אונדז צו רו!