מענער טוקן זיך אין דער מיקווה

Men Dunking in the Mikvah

Courtesy of Mayyim Hayyim

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published December 16, 2015, issue of January 08, 2016.

ניו־יאָרק. — ווי אַנדערע פֿרומע ייִדישע פֿרויען, מערקט דזשאַנעט אָזור־באַס אָפּ, יעדן חודש, דעם סוף פֿון איר מענסטרואַציע דורך גיין אין דער מיקווה. נאָך דעם ווי זי קומט אַרויס פֿונעם וואַסער, מעג זי מיט איר מאַן ווידער האָבן אינטימע באַציִונגען — אַ זאַך, וואָס איז על־פּי־דין פֿאַרווערט בעת זי בלוטיקט.

מיט איין זאַך איז עס אָבער אַנדערש: איר מאַן טוקט זיך אויך אײַן אין דער מיקווה. „מענטשן האָבן נישט קיין אַנונג, וואָס פֿאַר אַ גײַסטיקע איבערלעבונג דאָס איז,‟ האָט איר מאַן, הענריק באַמערקט. ער האַלט, אַז אַ פֿרויס גיין אין דער מיקווה איז נישט צוליב אַ בלוט־טאַבו. „דאָס איז די צײַט פֿון חודש, ווען פֿרויען זענען אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם אייבערשטן, ווײַל זיי גרייטן זיך צו שאַפֿן אַ נײַ לעבן. און אַליין קענען זיי דאָס נישט טאָן. איך פֿאַרשטיי, אַז איך בין אַ שותּף מיט מײַן פֿרוי אין דער באַשאַפֿונג, און דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן אויך אָפּצומערקן די געשעעניש.‟

הענריק איז איינער פֿון אַ קליינער, אָבער וואַקסנדיקער צאָל ייִדישע מענער, וואָס גייען אין דער מיקווה נאָך דער פֿרויס מענסטרואַציע.

מענער זענען שוין פֿון לאַנג געגאַנגען אין דער מיקווה פֿאַר דער חופּה, אָדער ווי אַ גײַסטיקע צוגרייטונג ערבֿ־יום־טובֿ. אַ סך חסידים טוקן זיך יעדן ערבֿ־שבת. לויטן דין מוזן סײַ מענער, סײַ פֿרויען גיין אין דער מיקווה, כּדי זיך מגייר צו זײַן.

אין די לעצטע יאָרן האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן אויך אָנגעהויבן גיין אין דער מיקווה אָפּצומערקן וויכטיקע געשעענישן אינעם לעבן, ווי בר־ און בת־מיצוות, נאָכן מפּלען אָדער אַ שווערער קראַנקייט, אָדער אַפֿילו נאָך אַ גט. אַ טייל פּאָרפֿעלקער גיין אין דער מיקווה, ווען עס קומט זיי אָן שווער צו האָבן קינדער.

אָבער דאָס וואָס אַ מאַן זאָל גיין אין מיקווה, כּדי אָפּצומערקן דעם סוף פֿון זײַן פֿרויס בלוטיקן איז אַ נײַע דערשײַנונג. נעמי מלכּה, די מיקווה־דירעקטאָרין בײַ דער קאָנסערוואַטיווער שיל „עדת ישׂראל‟ אין וואַשינגטאָן, האָט געזאָגט, אַז אַרום 10 מענער האָבן עס שוין אָנגעהויבן טאָן. „מים חיים‟, אַ פּלוראַליסטישע מיקווה אין דער באָסטאָנער געגנט, זאָגט, אַז בערך 14 מאַנסבילן קומען אַהין צוליב דעם ריטואַל, זינט די מיקווה איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004.

פֿרויען, וואָס גייען אין דער מיקווה טוקן זיך אײַן נאַקעטערהייט נאָכן גוט אָפּרייניקן דעם גוף, און געוויינטלעך שטייט דערבײַ אַ טיקערין, צו פֿאַרזיכערן, אַז זי האָט אײַנגעטונקען דעם גאַנצן גוף. די פֿרוי מאַכט אַ ברכה און טונקט זיך אײַן דרײַ מאָל.

די מאַנסבילן האָבן אַ ביסל געענדערט דעם ריטואַל פֿאַר זיך. הענריק, וואָס טוט עס שוין 23 יאָר לאַנג, טונקט זיך אײַן פֿיר מאָל, זיך ווענדנדיק יעדעס מאָל אין אַן אַנדער ריכטונג, האָבנדיק אין זינען די פֿיר אותיות פֿון גאָטס נאָמען. און ווען ער ענדיקט, זינגט ער „ידיד נפֿש‟ — אַ פּיוט, וואָס מע זינגט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, פֿאַר קבלת־שבת. קיין עדות זענען נישטאָ.

געוויסע פּאָרפֿעלקער האָבן שוין אויסגעדריקט אַ ווילן צו דינען ווי עדות איינער פֿאַרן אַנדערן בעת דעם טוקן זיך, אָבער ווייניק מיקוואות דערלויבן מענער און פֿרויען צו ניצן גלײַכצײַטיק די זעלבע מיקווה.