בר־ און בת־מיצווה צערעמאָניע פֿאַר טעראָר־געליטענע קינדער

Bar, Bat Mitzvah Ceremony for Young Terror Victims

פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין ווינטשט מזל־טובֿ אַ יונג מיידל, וואָס פּראַוועט איר בת־מיצווה אינעם פּרעזידענטס רעזידענץ, דעם 21סטן דעצעמבער 2015
Mark Neiman/GPO
פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין ווינטשט מזל־טובֿ אַ יונג מיידל, וואָס פּראַוועט איר בת־מיצווה אינעם פּרעזידענטס רעזידענץ, דעם 21סטן דעצעמבער 2015

פֿון ייִט״אַ

Published December 24, 2015, issue of January 08, 2016.

דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין האָט אָנגעפֿירט מיט אַ בשותּפֿותדיקער בר־ און בת־מיצווה צערעמאָניע פֿאַר די 58 קינדער, וואָס האָבן אַמאָל געליטן פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן, אַראַנזשירט דורכן „פֿאַרבאַנד פֿון די געליטענע פֿון טעראָריזם‟.

דער פּרעזידענט האָט געלויבט די ייִנגלעך און מיידלעך פֿאַר „גובֿר זײַן די שוועריקייטן און דעם ווייטיק‟.

נאור בן עזרא, וואָס איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין האַלדז פֿון אַ פּאַלעסטינער יוגנטלעכן בעתן פֿאָרן אויף אַ וועלאָסיפּעד אין פּסגת־זאבֿ, ירושלים, האָט גערעדט אין נאָמען פֿון אַלע בני־מיצווה אויף דער אונטערנעמונג. מיט אַ וואָך פֿריִער האָט ער געפֿײַערט זײַן אייגענע בר־מיצווה בײַם כּותל־המערבֿי.

נאור האָט געזאָגט, אַז ער טראַכט כּסדר וועגן דעם אַטאַק, וואָס האָט אים שיִער נישט דערהרגעט. „דער פּרײַז פֿון טעראָר איז אַן אַכזריותדיקער, ווײַל מײַן וווּנד האָט געקאָנט האָבן ערנסטע קאָנסעקווענצן,‟ האָט ער געזאָגט. „צוליב מײַן שטאַרקן ווילן; צוליב מײַן נישט אונטערגעבן זיך; צוליב דער שטיצע פֿון מײַן משפּחה און דער געטרײַער באַהאַנדלונג פֿון מײַנע דאָקטוירים, איז געשען אַ נס, און איך בין געראַטעוועט געוואָרן.‟

„דײַן יום־טובֿ הײַנט — ווי אויך אײַער אַלעמענס יום־טובֿ — סימבאָליזירט דעם נצחון פֿון פֿרייד איבער ווייטיק און דעם נצחון פֿון לעבן,‟ האָט דער פּרעזידענט צוגעגעבן.

פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דער איצטיקער כוואַליע פֿון טעראָר מצד די פּאַלעסטינער, האָט ריבֿלין געזאָגט, אַז ס׳איז „אַ שווערע צײַט פֿאַרן ישׂראלדיקן פֿאָלק‟.

„יונגע קינדער זענען ווידער פֿאַריתומט געוואָרן צוליב די מערדערישע אַקציעס פֿון אונדזערע שׂאונאים,‟ האָט ריבֿלין געזאָגט. „מיר באַצאָלן אַ פּרײַז פֿאַר אונדזער טרײַשאַפֿט דער מדינה, און אונדזער ייִדישן אָפּשטאַם. ס׳איז אַ שווערער פּרײַז, אָבער מיר האָבן אויך אַ סך שטאָלץ און כּוח.‟