די סטעריליזירונג פֿון ייִדישע פֿרויען אין 1942

The Sterilization of Jewish Women in 1942

ד״ר קלאַובערג (לינקס) אין דער אָפּעריר־קאַמער
ד״ר קלאַובערג (לינקס) אין דער אָפּעריר־קאַמער

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 29, 2015, issue of January 22, 2016.

דער 28סטער דעצעמבער איז אַ טרויעריק באַרימטע דאַטע פֿאַר ייִדן. אין יענעם טאָג האָט דער דײַטשער גינעקאָלאָג, ד״ר קאַרל קלאַובערג, אָנגעהויבן זײַנע סטעריליזיר־עקספּערימענטן אויף ייִדישע און ציגײַנערישע פֿרויען אין באַראַק 30 אין אוישוויץ־בירקענאַו.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז קלאַובערג געווען אַן אָנגעזעענער פּראָפֿעסאָר און פֿאָרשער פֿון גינעקאָלאָגיע מיט אַ הצלחהדיקער מעדיצינישער קאַריערע. אָבער אין דעצעמבער 1942 האָט ער געבעטן דערלויבעניש בײַם פֿירער פֿונעם „דריטן רײַך‟, הײַנריך הימלער, דורכצופֿירן אַ מאַסן־סטעריליזירונג פֿון די פֿרויען לטובֿת זײַן פֿאָרש־אַרבעט. הימלער האָט מסכּים געווען און קלאַובערג האָט זיך אַרײַנגעצויגן אין אוישוויץ.

קלאַובערג האָט געזוכט אַ גרינגן, וואָלוועלן אופֿן צו סטערליזירן פֿרויען. ער האָט צוגעגרייט אַן אײַנשפּריצונג פֿון פֿאָרמאַלדעהיד (מעטאַנאַל), און עס אַרײַנגעשפּריצט אין די הייבמוטערס פֿון טויזנטער ייִדישע און ציגײַנערישע פֿרויען, אָבער אָן שום אַנעסטעזיע. די אײַנשפּריצונגען האָבן אומגעבראַכט אַ טייל פֿון די פֿרויען, און אַרויסגערופֿן שטאַרקע ווייטיקן בײַ די אַנדערע, ווי אויך אַן אָנצינדונג פֿון די אייערשטאָקן, ספּאַזמען אין בויך, און דערבײַ פֿאַרוואַנדלט די פֿרויען אין עקרות. די קאַליע־געוואָרענע אייערשטאָקן האָט מען בײַ די פֿרויען אַרויסגענומען און איבערגעשיקט קיין בערלין.

ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך דערנענטערט צו אוישוויץ, איז קלאַובערג אַנטלאָפֿן אינעם לאַגער ראַווענסברוק, וווּ ער האָט ממשיך געווען די עקספּערימענטן אויף ציגײַנערישע פֿרויען. די סאָוועטן האָבן אים דאָרט אַרעסטירט אין 1945.

נאָך דער מלחמה, אין 1948, איז קלאַובערג געמישפּט געוואָרן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און באַשטראָפֿט געוואָרן צו 25 יאָר תּפֿיסה. אָבער אין 1955 האָט מען אים באַפֿרײַט, צוזאַמען מיט 10,000 אַנדערע קריג־געפֿאַנגענע. ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין מערבֿ־דײַטשלאַנד, וווּ מע האָט אים אומגעקערט צו זײַן פּאָזיציע אין זײַן אַמאָליקער קליניק. אָבער נאָך דעם ווי ער האָט אָנגעהויבן זיך עפֿנטלעך באַרימען פֿאַר זײַנע „אויפֿטוען‟ אין „האָבן אַנטוויקלט אַ נײַעם סטעריליזיר־מיטל אין אוישוויץ‟, האָבן אַ צאָל שארית־הפּליטה אָרגאַניזאַציעס עפֿנטלעך אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט, און מע האָט קלאַובערג ווידער אַרעסטירט. ער איז אָבער געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק, איידער מע האָט אָנגעהויבן דעם פּראָצעס קעגן אים.