בלויז 20% ישׂראל־ייִדן האַלטן אַראַבישע בירגער פֿאַר גלײַכע

Poll: Only 20% Israeli Jews See Arab Israelis as Equals

אַ גרופּע ישׂראלדיקע אַראַבער אין אַ קאַפֿע אין אום אל-פחם, צפֿון־מיזרח ישׂראל
Getty Images
אַ גרופּע ישׂראלדיקע אַראַבער אין אַ קאַפֿע אין אום אל-פחם, צפֿון־מיזרח ישׂראל

פֿון ייִט״אַ

Published January 21, 2016, issue of February 05, 2016.

מער ווי אַ דריטל ייִדישע ישׂראלים באַטראַכטן זייערע אַראַבישע מיטבירגער ווי „שׂונאים‟, און בלויז 20% זעען אין די אַראַבישע ישׂראלים „גלײַכע בירגער‟, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

די אַנקעטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן פּנים־אל־פּנים מיט 600 ישׂראלדיקע ייִדן דורכן „אינסטיטוט פֿאַר שטודיעס וועגן דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט‟, וואָס האָט די וואָך אָפּגעהאַלטן זײַן יערלעכע קאָנפֿערענץ. לויט דער אַנקעטע באַטראַכטן 44% ייִדישע ישׂראלים די אַראַבישע ישׂראלים ווי „מענטשן, וואָס מע דאַרף רעספּעקטירן, אָבער אויך באַציִען זיך צו זיי מיט חשד‟, האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן.

די אַנקעטע פֿון דעם אידעען־צענטער האָט מען אויך דורכגעפֿירט מיט 200 אַראַבישע בירגער פֿון ישׂראל. 70% פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי אידענטיפֿיצירן זיך ווי ישׂראלים. אַ טייל דערקלערט זיך ווי ישׂראלדיקע אַראַבער; אַנדערע — ווי פּאַלעסטינער ישׂראלים אָדער ווי אַראַבער מיט אַ ישׂראלדיקער בירגערשאַפֿט.

53% אַראַבישע ישׂראלים האָבן דערקלערט, אַז זיי זענען אין גוטע באַציִונגען מיט ייִדן, בעת 19% האָבן געזאָגט, אַז זיי זענען נישט אין גוטע באַציִונגען מיט ייִדן אָדער, אַז זיי זענען נישט פֿאַראינטערעסירט אינעם האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט ייִדן. 70% האָבן געזאָגט, אַז „גלײַכע רעכט‟ פֿאַר אַראַבישע ישׂראלים איז זייער דרינגענדיקסטע פּראָבלעם — נאָך וויכטיקער ווי דער ענין פֿון גלײַכע רעכט פֿאַר די פּאַלעסטינער.

אַ טייל פֿון די העכסט־ראַנגיקע באַאַמטע פֿון ישׂראל, אַרײַנגערעכנט פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין, שוץ־מיניסטער משה יעלון, דערציִונג־מיניסטער נפֿתּלי בענעט און דער אָפּאָזיציע־פֿירער יצחק הערצאָג האָבן גערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ אין תּל־אָבֿיבֿ די וואָך.

ריבֿלין האָט איבערגעגעבן, אַז לויט די לעצטע פֿאָרשונגען, אַרעסטן, גבֿית־עדות און אויסשפּיר־אַנאַליזן, איז בײַ די ישׂראלדיקע אַראַבער ממשותדיק געוואַקסן די שטיצע פֿאַר ISIS. ער האָט באַטאָנט, אַז ער באַשולדיקט נישט אַלע אַראַבישע ישׂראלים אין דעם, אָבער האַלט, אַז די אַראַביש־ישׂראלדיקע פֿירער מוזן טאָן מער צו פֿאַרדאַמען דעם עקסטרעמיזם.