פֿאַרשיידענע ייִדישע שול־סיסטעמען פֿאַראייניקן זיך

Schools Merging Across Denominational Spectrum

פֿון ייִט״אַ

Published January 21, 2016, issue of February 05, 2016.

פֿינף אָרגאַניזאַציעס פֿון ייִדישע שולן אין צפֿון־אַמעריקע, וואָס רעפּרעזענטירן מער ווי 375 בילדונג־אַנשטאַלטן פֿון אַלע רעליגיעזע דענאָמינאַציעס, האָבן באַשלאָסן זיך צו פֿאַראייניקן אין איין נעץ.

דינסטיק, דעם 19טן יאַנואַר, האָבן די באַטייליקטע אָרגאַניזאַציעס איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן צו שאַפֿן בשותּפֿות אַ נײַע אינטעגרירטע סיסטעם פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן. די שול־נעצן, RAVSAK און PEJE, געהערט נישט צו קיין קאָנקרעטער דענאָמינאַציע; די „שעכטער־שולן‟ זענען קאָנסערוואַטיווע; די שול־סיסטעם, וואָס האָט אַ שײַכות צום ישיבֿה־אוניווערסיטעט, איז על־פּי־רובֿ אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע; און PARDES איז אַ סיסטעם פֿון רעפֿאָרמער טאָגשולן. בסך־הכּל, רעפּרעזענטירן די דאָזיקע פֿינף נעצן בערך 40 שול־תּלמידים אין צפֿון־אַמעריקע, וואָס לערנען זיך אַ גאַנצן טאָג אין אַ ייִדישער שול.

מע איז זיך משער, אַז צוליב דער פֿאַראייניקונג וועט מען אָפּשפּאָרן איבער אַ מיליאָן דאָלאַר יעדעס יאָר. דערצו, האָפֿט מען, אַז די נײַע שיטה וועט דערמעגלעכן צו באַזאָרגן די באַדערפֿערנישן פֿון אָרטיקע בילדונג־אַנשטאַלטן און צו פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון בילדונג אויף אַ מער עפֿעקטיוון און סטאַבילן אופֿן. לויטן פּלאַן, וועט די פֿאַראייניקטע אָרגאַניזאַציע מיטאַרבעטן דירעקט מיט כּלערליי שולן, שול־גרופּעס, לערער און קהילה־פֿירער, אָפּהיטנדיק דעם באַזונדערן כאַראַקטער פֿון יעדן צווײַג.

אין די לעצטע יאָרן, איז די צאָל תּלמידים אין נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע שולן געפֿאַלן. אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שולן בלײַבט עס אויפֿן זעלבן אָרט. די חרדישע שולן, וואָס האַלטן אין איין וואַקסן, האָבן זיך נישט באַטייליקט אינעם נײַעם שותּפֿות־אָפּמאַך.

אין 2010, האָבן די דערמאָנטע שול־נעצן אָנגעהויבן דורכצופֿירן אַ יערלעכע בשותּפֿותדיקע קאָנפֿערענץ און באַטראַכטן די פּלענער פֿון מעגלעכער פֿאַראייניקונג. די פֿונדאַציע „אַבֿי חי‟ האָט צוגעזאָגט צו שטיצן דעם פּראָיעקט, כּל־זמן זי עקזיסטירט; אינעם יאָר 2019 פּלאַנירט זי אָפּצושטעלן איר טעטיקייט. דערווײַל האָט מען נאָך נישט צוגעטראַכט דעם נאָמען פֿון דער נײַער שותּפֿות־סיסטעם. דעם קומענדיקן זומער, קלײַבן זיך די באַטייליקטע צווײַגן צו שאַפֿן אַ פּראַקטישע סטראַטעגיע אויף להבא, ווי אַזוי צו אַנטוויקלען די ייִדישע טאָגשולן אויף אַ לעבעדיקן און אינטעגרירטן אופֿן, און וועלן באַשטימען, ווי אַזוי די בשותּפֿותדיקע איניציאַטיוו זאָל אָנגערופֿן ווערן.