„קלעזפֿעסט‟ אין בראָנקס

Klezfest in the Bronx

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 26, 2016, issue of May 13, 2016.

אין מײַ וועט דער קולטור־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם פֿאָרשטעלן דעם 4טן יערלעכן „קלעזפֿעסט‟.

אין דער הײַיאָריקער פּראָגראַם וועלן אָנטיילנעמען די באָסטאָנער קאַפּעליע „יחזקאלס ראָד‟, די ניו־יאָרקער קאַפּעליע „אינדזל פֿון קלעזבאָס‟ און די ייִדישע פֿאָלק־זינגערין מײַדאַ פֿײַנגאָלד. חיים וואָלף, דער אָנפֿירער פֿון „ציקאָ‟, וועט דינען ווי דער קאָנפֿעראַנסיע. מע וועט אויך מאַכן אַן עפֿנטלעכע „דזשעם‟־סעסיע, אויף וועלכער דער עולם איז פֿאַרבעטן מיטצוברענגען אינסטרומענטן און שפּילן. מע וועט אויך, פֿאַרשטייט זיך, טאַנצן צום טאַקט פֿון דער מוזיק.

דער „קלעזפֿעסט‟ וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 15טן מײַ, 1:30 נאָך מיטאָג. דער אײַנטריט איז 10$. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 0295—930—917.

מײַדאַ פֿײַנגאָלד איז ניט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. מיט יאָרן צוריק פֿלעגט זי אויפֿטרעטן מיט ייִדישע לידער אין אַ טראַדיציאָנעלן פֿאָלק־סטיל, וואָס דערמאָנט אַזעלכע זינגערקעס פֿון די 1960ער יאָרן ווי דזשאָון באַעז. זי זינגט אָפֿט פּאָליטישע לידער, אַזוי ווי מע קען הערן אין אַ רעקאָרדירונג געמאַכט אויף אַ קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין „ייִוואָ‟ אין סעפּטעמבער 1964, געווידמעט די ייִדישע באַוועגונגען לטובֿת דעם סאָציעלן פּראָגרעס. די לידער הייבן זיך אָן נאָך צען מינוט און 30 סעקונדעס. https://yivo.org/cimages/6-yivo-wevd-podcast-1041964.mp3.

אָט קען מען לייענען אַ באַריכט וועגן דעם בראָנקסער „קלעזפֿעסט‟ פֿון דעצעמבער 2014: //yiddish.forward.com/articles/183988/bronx-klezfest.