דאָס פּנים־חדשות פֿון „קופּער־היויִט‟

The New Face of Cooper-Hewitt

אַ גרופּע באַזוכער פֿאַרברענגען אַרום אַן אינטעראַקטיוון טיש
אַ גרופּע באַזוכער פֿאַרברענגען אַרום אַן אינטעראַקטיוון טיש

פֿון עדי מהלאל

Published April 28, 2016, issue of May 13, 2016.

דער דיזײַן־מוזיי „קופּער־היויִט‟, אין דער אַפּער־איסט־סײַד פֿון מאַנהעטן, האָט זיך פֿאַראַיאָרן ווידער געעפֿנט און איז געוואָרן די נײַע אַטראַקציע פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „מוזיי־מײַל‟ אויף דער פֿינפֿטער עוועניו.

דאָס איז געקומען נאָך אַ היפּש-ביסל יאָרן פֿון רעמאָנט, וואָס מע האָט דערינען אַרײַנגעלייגט מיליאָנען דאָלאַרן. איצטער, מיטן נײַעם נאָמען „קופּער־היויִט, סמיטסאָניען דיזײַן מוזיי‟ (Cooper-Hewitt, Smithsonian Design Museum), גיט דער מוזיי די באַזוכער אַ געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין די הויך־טעכנאָלאָגישע אויסשטעלונגען אויף אַן אינטעראַקטיוון אופֿן, און מאַכט דערבײַ אַן אײַנדרוק אויף די באַזוכער, אַפֿילו נאָך דעם ווי זיי גייען אַהיים.

בײַם אַרײַנגאַנג באַקומט יעדער איינער אַ ספּעציעלע שוואַרצע פּען (וואָס מע שרײַבט דאָס אויף ענגליש מיט אַ גרויסן פּי: Pen), און דאָס גיט אים פֿאַרשידענע מעגלעכקייטן. ערשטנס, קען מען מיט אָט דער פּען סקאַנירן יעדן אָביעקט פֿון יעדער אויסשטעלונג. דערנאָך קען מען בניחותא אַראָפּלאָדן דעם אייגענעם צונויפֿגעזאַמלטן מאַטעריאַל אויף אַ קאָמפּיוטער, צי אין דער היים, צי אין דעם מוזיי גופֿא, און אַרײַנקוקן און זיך פֿאַרטיפֿן אין די אויסגעקליבענע אָביעקטן. צווייטנס, פֿונקציאָנירט די פּען ווי אַן „אָנריר־עקראַן‟ (touch screen) ווײַזער, וואָס מע קען ניצן אויף די אָן אַ שיעור אינטעראַקטיווע טישן איבער דעם מוזיי.

די ספּעציעלע פּען, וואָס דערמעגלעכט די מוזיי־באַזוכער זיך צו באַטייליקן אין די אויסשטעלונגען
די ספּעציעלע פּען, וואָס דערמעגלעכט די מוזיי־באַזוכער זיך צו באַטייליקן אין די אויסשטעלונגען

וואָס איז די גרויסע מציאה מיט די אינטעראַקטיווע טישן?

די דאָזיקע טישן, אויסער זייער רושמדיקן דעסן, דערמעגלעכן די באַזוכערס אויסצופּלאַנעווען זייערע אייגענע מאָדעלן, באַאײַנפֿלוסט פֿון אַ גרויסער קאָלעקציע פֿון מוסטערס, צי פֿונעם אייגענעם כּוח־הדמיון. מע קען פֿאַרברענגען לאַנגע מינוטן אַרום די דאָזיקע טישן, און שאַפֿן אָדער עקספּערימענטירן מיט געדאַנקען ווי לאַנג מע וויל נאָר.