לאַנג־דערוואַרט ווערטערבוך איז שוין דאָ

Long Awaited Dictionary Now Available

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 01, 2016, issue of June 25, 2016.

דאָס לאַנג־דערוואַרטע „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש־ווערטערבוך‟ (Comprehensive English-Yiddish Dictionary, בלע״ז) איז שוין אַרויס פֿון דרוק און איז דאָ צום באַקומען דורך דער „ייִדיש־ליגע‟.

דאָס ווערטערבוך, וואָס נעמט אַרײַן 50,000 איינסן און 33,000 סובאיינסן, איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון דער פֿאָרשאַרבעט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן לינגוויסט ד״ר מרדכי שעכטער, וועלכער האָט יאָרן לאַנג געזאַמלט ווערטער און אידיאָמען, וואָס שילדערן דאָס גערעדטע און ליטעראַרישע ייִדיש־לשון.

דאָס היסטאָרישע ווערטערבוך שפּיגלט אָפּ שעכטערס וויזיע פֿאַר אַ מאָדערנעם און צוקונפֿטדיקן באַניץ פֿון ייִדיש. „די רײַכקייט פֿון דיאַלעקטישע אַנדערשקייטן און היסטאָרישע אַנטוויקלונגען זעען זיך אָן אין די איינסן פֿון אַלף ביז תּוו — שטייט אויף דער וועבזײַט פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ — און וועט צושטעלן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, וווּ זיי זאָלן נישט לעבן, אַרבעטן און שמועסן, מיט די נייטיקע ווערטער וואָס האָבן זיי ביז איצט אויסגעפֿעלט אויף ייִדיש‟.

„דאָס ווערטערבוך וועט זײַן אַ נייטיקייט בײַ אַלע וואָס שטודירן, רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש,‟ האָט דערקלערט ד״ר דוד פֿישמאַן, געשיכטע־פּראָפֿעסאָר פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. „יענע וואָס האָבן ביז איצט מבֿטל געמאַכט די שפּראַך וועלן שוין מער נישט קענען זאָגן: ׳ס׳איז נישטאָ קיין ייִדיש וואָרט דערפֿאַר.׳‟

ד״ר שעכטערס טאָכטער, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט — אַ ייִדישע פּאָעטעסע און סטיל־רעדאַקטאָרין בײַם ייִדישן זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟ — און ד״ר הערשל גלעזער, דער געוועזענער דעקאַן פֿונעם „מאַקס ווײַנרײַך־צענטער בײַם ייִוואָ, זענען געווען די הויפּט־רעדאַקטאָרן פֿונעם ווערטערבוך. ד״ר חווה לאַפּין, אַן אָנגעזעענע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין אין „קווינס־קאָלעדזש‟, איז געווען די אַסאָציִיִרטע רעדאַקטאָרין.

דאָס ווערטערבוך איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן „פֿאַרלאַג פֿונעם אינדיאַנער אוניווערסיטעט‟, און באַשטייט פֿון 856 זײַטן. צו באַשטעלן, גייט צו: //leagueforyiddish.org/verterbukh.html