ווידעאָ: זעלבסמאָרד פֿון אָפּגעפֿאָרענע איז נישט צוליב „פֿוטסטעפּס‟!

VIDEO: Suicide by OTDs is Not Because of Footsteps!

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 20, 2016, issue of July 27, 2016.

אַרי מאַנדעל, אַ באַקאַנטער קאָמענטאַטאָר אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, בפֿרט וועגן ענינים אין שײַכות מיט ייִדישע יונגע לײַט וואָס זענען „אַראָפּ פֿון דרך‟ (OTDs בלע״ז) האָט די וואָך געמאַכט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש, קריטיקירנדיק די מענטשן, וואָס באַשולדיקן די אָרגאַניזאַציע „פֿוטסטעפּס‟ אין דעם וואָס אַזוי פֿיל יונגע אָפּגעפֿאָרענע ייִדן האָבן לעצטנס זיך גענומען דאָס לעבן.

דעם 13טן יולי איז יעקבֿ קראַוס, אַ 22־יאָריקער בוי־אַרבעטער, געוואָרן דער 26סטער יונגער מענטש פֿון דער חרדישער קהילה זיך צו נעמען דאָס לעבן זינט דעם פֿאַרגאַנגענעם ראָש־השנה, גיט איבער צבֿי גלאָק, דער דירעקטאָר פֿון „עמודים‟, אַן אָרטאָדאָקסישע אַרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט משפּחות וועלכע מאַכן דורך אַ קריזיס.

מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער איז רבֿקה וואַסערטרום, 28 יאָר, אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער „דזשאָרדזש־וואַשינגטאָן בריק‟.

„פֿוטסטעפּס‟ איז אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט ייִדן, וועלכע זענען אַוועק פֿון דער חרדישער וועלט (אָדער קלערן אַוועקצוגיין) זיך שטעלן אויף די אייגענע פֿיס, דורך פֿאַרשידענע קלאַסן, פֿאַך־טרענירונג און געזעלשאַפֿטלעכער שטיצע.

רעדנדיק דירעקט צו דער חרדישער קהילה טענהט מאַנדעל, אַז די אמתע סיבות פֿאַר וואָס די יונגע לײַט באַגייען זעלבסטמאָרד האָבן גאָר נישט צו טאָן מיט „פֿוטסטעפּס‟ אָדער מיטן מחלל־שבת זײַן, נאָר איז גיכער פֿאַרבונדן מיטן אופֿן ווי אַזוי זייערע משפּחות באַציִען זיך צו זיי, ווען זיי פּרוּוון אַראָפּצוגיין פֿון דרך.