מאַקס ווײַנרײַך „רעפּט‟

Max Weinreich Raps

פֿון לייזער בורקאָ

Published July 26, 2016, issue of July 27, 2016.

דער יונגער מאַקס ווײַנרײַך, אַן אוראייניקל פֿונעם באַרימטן ייִוואָ־גרינדער מיטן זעלבן נאָמען, איז דעם זומער אַ סטודענט אין דער „שטיינער‟־זומער־פּראָגראַם בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט. נאָך אַ יאָר און ער וועט גראַדויִרן פֿון יעיל־אוניווערסיטעט, וווּ זײַן עלטער־זיידע האָט מיט העכער אַכציק יאָר צוריק זיך געלערנט בײַם גרויסן אַמעריקאַנער לינגוויסט עדואַרד סאַפּיר. דאָרט שטודירט דער יונגער ווײַנרײַך אָבער ניט לינגוויסטיק, נאָר מאַטעמאַטיק, און ייִדיש לערנט ער זיך צוליב זײַנע פּערזענלעכע אינטערעסן.

דער באַקאַנטער פֿיזיקער און עפּיסקאָפּאַלישער גלח גאַבי ווײַנרײַך — דער זון פֿונעם אַלטן מאַקס און דער עלטער־פֿעטער פֿונעם יונגן מאַקס — דערציילט אין זײַנע זכרונות, אַז זײַן טאַטע האָט ניט געהאַט קיין אויער פֿאַר מוזיק. אויפֿן פּסחדיקן סדר האָט די משפּחה פֿאַרבעטן דעם ייִוואָ־ביבליאָטעקאַר מענדל עלקין, ער זאָל פֿאָרלייענען די הגדה מיט די טראַדיציאָנעלע ניגונים, ווײַל דער טאַטע האָט עס ניט געקענט.

אָבער דער יונגער מאַקס האָט, ווײַזט אויס, מער מוזיקאַלישן טאַלאַנט, ווי מע קען הערן אין זײַנס אַ נײַ „רעפּ‟־ליד, געזונגען אויף ייִדיש, מיטן טיטל „נײַע ספֿרים‟. ער און זײַנע מיטזינגער טרעטן אויף אויף דער וועבזײַט „קלאַנגוואָלקן‟ (SoundCloud) אונטערן נאָמען Buncha Swag. אויף ענגליש איז עס טײַטש ‘אַ סך פֿרײַע זאַכן׳, אָבער דער נאָמען איז אויך אַ ווערטערשפּיל אויפֿן נאָמען פֿון פּרצעס באַקאַנטן שלימזל: באָנטשע שווײַג.

וועגן דער קינסטלערישער קוואַליטעט פֿונעם ליד זאָלן גרעסערע עקספּערטן אויסזאָגן אַ מיינונג. אָבער וועגן דער שפּראַך גופֿא קען דער „פֿאָרווערטס‟ געבן אַ פּאָר עצות. פֿון איין זײַט, איז די שפּראַך פֿונעם ליד גאָר שעפֿעריש, ווי עס פּאַסט פֿאַרן „רעפּ‟־זשאַנער:

„קאַלט ווי אַ קלאָנדײַק‟ — אַ מין אײַזקרעם.

„רעפּערײַ‟ — אַ געלונגענער נעאָלאָגיזם.

„לאָמיר אַלע דאַווענען צום גאָט פֿון ׳רעפּ׳‟ — פֿאַר וואָס ניט?

פֿון דער צווייטער זײַט, איז כּדאַי אויסצובעסערן אַ פּאָר שפּראַך־פּיטשעווקעס:

„באַווײַזט‟, ניט „באַוויזט‟.

„מעשׂה‟ (מיט אַן s) גראַמט זיך ניט מיט „רײַזע‟ (מיט אַ z).

„ברוך־השם‟ זאָגט מען אַרויס „באָרעך‟, ניט „באַרוך‟.

„אָמן‟ דאַרף קלינגען „אָמיין‟, ניט „אוימען‟.

דער „פֿאָרווערטס‟ קוקט אַרויס אויף אַ סך נײַע לידער אַזעלכע! דער אַלטער מאַקס וואָלט זיכער שטאָלץ געווען.