פֿון „קלעזקאַנאַדע‟ — אַ נײַ ייִדיש ליד

Out of KlezKanada – A New Yiddish Song

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 07, 2016, issue of September 30, 2016.

לכּבֿוד אַ טאָכטערס געבוירן־טאָג, וועלן ס׳רובֿ מאַמעס שענקען אַ ביכל, אַ פּאָר אויעררינגלען אָדער אַ שיינעם סוועטער.

ליבע קאַץ האָט פֿאַר איר טאָכטער פּערעלען אָנגעשריבן אַ ייִדיש ליד.

דאָס ליד, „איין קול‟, איז אַן איבערזעצונג פֿונעם ענגלישן ליד, One Voice, געשריבן פֿון רות מודי, פֿאַר דער קאַנאַדער מוזיקאַלישער גרופּע Wailing Jennys.

ליבע האָט דאָס ליד איבערגעזעצט בעת דעם פֿעסטיוואַל „קלעזקאַנאַדע‟, אויף אַ וואַרשטאַט, וואָס גיט עצות ווי צו שרײַבן אַ ייִדישן טעקסט צו דער מוזיק פֿון אַ שוין עקזיסטירנדיק ליד. די סעסיע האָט אָנגעפֿירט דניאל כּהן, פֿון דער באַקאַנטער קלעזמער־גרופּע, Daniel Kahn & The Painted Bird.

ליבע און אַ גרופּע מיטזינגער האָבן דערנאָך אויפֿגעטראָטן מיטן ליד, בשעת דעם סטודענטן־קאָנצערט פֿונעם פֿעסטיוואַל. אַ ווידעאָ פֿונעם אויפֿטריט קענט איר הערן דאָ:

אויף פּערעלען האָט די נײַע קאָמפּאָזיציע, און דער ווידעאָ, געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק. ווי אַ סטודענטקע אויף „ייִדיש־פֿאַרם‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט זי אַליין געהאַט פּראָבירט איבערצוזעצן One Voice אויף ייִדיש, אָבער ס׳איז איר נישט געגאַנגען גרינג. „מײַן מאַמע האָט גענומען דאָס ליד און עס איבערגעזעצט אין גאַנצן,‟ האָט פּערעלע געזאָגט. „און עס געפֿעלט מיר טאַקע זייער שטאַרק!‟

איין קול

אָט איז דער קלאַנג פֿון אײן קול
אײן גײַסט, אײן קול
מיט װידערקלאַנגען פֿון באַרג און טאָל
אָט איז דער קלאַנג פֿון אײן קול

אָט איז דער קלאַנג פֿון קולות צװײ
אין האַרמאָניע מיט אַ סאָלאָװײ
אונדזער חבֿרותא ניטאָ קײן װײ
אָט איז דער קלאַנג פֿון קולות צװײ

אָט איז דער קלאַנג פֿון קולות דרײַ
זינגען צוזאַמען פֿראַנק-און-פֿרײַ
אין אַ לאַנד פֿון יושר, הלװאַי
אָט איז דער קלאַנג פֿון קולות דרײַ

אָט איז דער קלאַנג פֿון אַלעמען
אַלע אין אײנעם, פֿול מיט ברען
אײדער װאָס און אײדער װען
אָט איז דער קלאַנג פֿון אַלעמען

אָט איז דער קלאַנג פֿון אײן קול
אײן פֿאָלק, אײן קול
נעכטן, הײַנט און אַלעמאָל
אָט איז דער קלאַנג פֿון אײן קול