ייִדיש־רעדערס ווערן געזוכט פֿאַר קורצן פֿילם אויף ייִדיש

Yiddish Speakers Needed For Short Film in Yiddish

דער פֿילמאָגראַף, דין גאָלד
דער פֿילמאָגראַף, דין גאָלד

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 16, 2016, issue of September 30, 2016.

דין גאָלד, אַ ישׂראלדיקער פֿילמאָגראַף און פּראָדוצענט אין טאָראָנטאָ, זוכט ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, מוזיקער און קינסטלער, וואָס ווילן זיך באַטייליקן אין אַ פֿילם־פּראָיעקט וועגן אַ חסידישער פֿאַרם אין קוועבעק. דער גאַנצער דיאַלאָג אינעם פֿילם וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש.

דער פֿילם, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער קאַמפּוס־אָרגאַניזאַציע „הלל‟, איז גאָלדס טעזע־פּראָיעקט אין דער קינאָ־שול פֿון רײַערסאָן־אוניווערסיטעט. מע וועט פֿילמירן דאָס ווערק במשך פֿון פֿינף טעג צווישן דעצעמבער 2016 און יאַנואַר 2017, און מע פּלאַנירט אים אַרויסצולאָזן מײַ 2017.

דער ציל איז צו ווײַזן דעם פֿילם אויף ייִדישע און אינטערנאַציאָנאַלע קינאָ־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט.

אינעם ווערק, וואָס וועט הייסן „שחיטה: אַ ייִדישע שוידער־מעשׂה“, קומט פֿאָר אַ מאָדנע געשעעניש אויף אַ צפֿון־קוועבעקער כּשרער מילכפֿאַרם, וואָס שטעלט אין אַ ספֿק די גאַנצע צוקונפֿט פֿון דער פֿאַרם, ווי אויך פֿון דער אַרומיקער ייִדישער קהילה.

כּדי צו מאַכן דעם פֿילם, זוכט מען בעלנים — פֿרומע אָדער פֿרײַע — צו שפּילן דרײַ ראָלעס:

1) אַ מאַנסביל צווישן 17 און 23 יאָר אַלט, וואָס זאָל שפּילן משה, אַן 18־יאָריקן חסיד

2) איינער צווישן 35 און 50 יאָר אַלט צו שפּילן עקיבֿא, אַ בעל־תּשובֿה

3) איינער איבער 60 יאָר אַלט צו שפּילן דעם רבין

הגם די באַטייליקטע וועלן נישט באַצאָלט ווערן פֿאַר דער אַרבעט, קען מען — אויב נייטיק — פֿאַרהאַנדלען אַ פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציע.

דין גאָלד איז אַ ישׂראלדיקער פֿילם־רעזשיסאָר, וואָס זײַן הויפּטקוואַרטיר איז אין טאָראָנטאָ. זײַן נײַסטער פֿילם, „דער לעצטער וועג“ (The Final Road), אַ דאָקומענטאַר וועגן דער געשיכטע פֿון פּראָקורירן נאַציס אין צפֿון־אַמעריקע, וועט מען שוין אינעם קומעדיקן יאָר אָנהייבן ווײַזן אויף קינאָ־פֿעסטיוואַלן.

נאָך פּרטים וועגן דעם רעזשיזאָר קען מען לייענען אויף זײַן וועבזײַט www.dean-gold.com

אַלע וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין זיך באַטייליקן אינעם פֿילם זאָלן זיך פֿאַרבינדן מיט גאָלד דורך בליצפּאָסט: dean.gold@gmail.com, אָדער טעלעפֿאָניש:

+1 (647) 887 7659


Would you like to receive updates about new stories?










You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.