חסידישע פֿרויען: מיר דאַרפֿן נאָך שעהען צו שווימען אַליין

Hasidic Women Ask New York For More Women-Only Swimming Hours


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 22, 2016, issue of September 30, 2016.

עס גייט אָן ווײַטער די קאָנטראָווערסיע איבער אַ מלוכישן שווים־באַסיין אין וויליאַמסבורג, וואָס באַשטימט ספּעציעלע שעהען, ווען בלויז פֿרויען קענען שווימען.

די שווים־שעהען פֿאַר בלויז פֿרויען בײַם „מעטראָפּאָליטאַן רעקרעיישאָן־סענטער‟ אין וויליאַמסבורג האָט מען פֿאַראַיאָרן צײַטווײַליק אָפּגעשאַפֿן צוליב דעם, וואָס מע האָט געהאַלטן, אַז די פּראָגראַם שטימט ניט מיטן קאָנציטוציאָנעלן פּרינציפּ פֿון דער צעטיילונג צווישן דער מלוכה און דער קירכע, אָדער אין דעם פֿאַל, די שיל. נאָך עטלעכע וואָכן פֿון דעבאַטעס האָט מען באַשלאָסן ווידער אײַנצופֿירן די שווים־שעהען פֿאַר פֿרויען, אָבער פֿאַרקלענערן זייער צאָל. דעם ערטשן אָקטאָבער וועט מען פֿאַרקירצן די צײַט פֿון אַכט שעה במשך פֿון פֿיר טעג אויף פֿיר שעה במשך פֿון צוויי טעג.

אַ גרופּע חסידישע פֿרויען האָט לעצטנס געשאַפֿן אַ פּעטיציע, וואָס מע וועט באַלד דערלאַנגען דער שטאָטישער אַגענטור איבער די פּאַרקן אין ניו־יאָרק. די פּעטיציע, וואָס עס האָבן שוין אונטערגעשריבן 300 פֿרויען, בעט דעם „פּאַרקס־דעפּאַרטמענט‟ ניט צו בײַטן די צאָל שווים־שעהען. די פּעטיציע דערקלערט, אַז דאָס פֿאַרקירצן די שעהען איז אַ „באַליידיקונג צו די פֿרויען, וואָס ווילן זיך פֿעסט האַלטן בײַ די ריכטיקע מאָראַלן‟.

כאָטש די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער פּעטיציע זענען חסידישע פֿרויען, זענען זיי ווײַט ניט די איינציקע וואָס שווימען בעת די ספּעציעלע שעהען. אַרלין ראָזאַדאָ, אַ פֿרוי וואָס האָט גערעדט מיט דער נײַעס־וועבזײַט DNAinfo האָט דערקלערט, אַז דווקא צוליב די ספּעציעלע שווים־שעהען איז זי געוואָרן אַ מיטגלידין פֿונעם שווים־באַסיין.

„אַלע פֿרויען קענען קומען,‟ האָט זי דערקלערט. „אַז מע קומט דאָ זעט מען שוואַרצע פֿרויען, אַראַבישע פֿרויען, כינעזישע פֿרויען, לאַטינאָ פֿרויען.‟ ראָזאַדאָ האָט געזאָגט DNAinfo, אַז כאָטש די מערהייט פֿון די שווימערקעס זענען טאַקע חסידישע, האָט דאָס מער צו טאָן מיט וווּ עס געפֿינט זיך דער שווים־באַסיין, איידער ווער עס זענען די פֿרויען וואָס ווילן שווימען אין אַ שווים־באַסיין אָן מענער.

דער פֿאַקט וואָס די פֿרויען־שווים־שעהען זענען אָפֿט מאָל געפּאַקט זאָגט טאַקע עדות אויף דעם. שיינדל קראַוס, אַ חסידישע פֿרוי אין אירע 70ער, האָט דערקלערט DNAinfo, אַז אַ סך פֿרויען דאַרפֿן וואַרטן, כּדי אַנדערע זאָלן פֿאַרלאָזן דעם באַסיין, ווײַל ס׳איז פּשוט נישטאָ גענוג אָרט פֿאַר אַלעמען. אויב מע שנײַדט די צאָל שעהען, האַלט קראַוס אַז זי וועט בכלל אויפֿהערן צו קומען, ווײַל עס וועט זײַן צו געפּאַקט. „עס וואָלט מיר געווען אַ גרויסע אַנטוישונג,‟ האָט זי געזאָגט.