נײַער ייִדישער קהילה־צענטער אין קיִעוו, אַ דאַנק שטיץ פֿונעם „דזשוינט‟

JCC Opens in Kiev With Help From the Joint

Courtesy of www.jdc.org

פֿון ייִט״אַ

Published November 04, 2016, issue of November 23, 2016.

אין קיִעוו, דער קרוינשטאָט פֿון אוקראַיִנע, וווּ דאָס ייִדישע לעבן האָט זיך היסטאָריש געדרייט אַרום די שילן, האָט זיך ערשט געעפֿנט אַ ייִדישער קהילה־צענטער נוסח אַמעריקע.

הונדערטער געסט זענען דינסטיק בײַגעווען אין צענטראַל־קיִעוו אויף דער עפֿן־צערעמאָניע פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער „חלום‟. דער צענטער וועט יעדן חודש דינען טויזנטער מיטגלידער פֿון דער קהילה, רעכנט דער „דזשוינט“, וואָס האָט געעפֿנט דעם צענטער בשותּפֿות מיט דער אָרטיקער קהילה.

מיט אַ פֿאַרנעם פֿון 17,000 קוואַדראַטפֿוס דינט דער צענטער „ווי אַ צווישנדורותדיקער פֿאַרבינדפּונקט פֿאַר ייִדישע קולטורעלע, דערציִערישע, קהילה־ און סאָציאַלדינסט־פּראָגראַמען און אַקטיוויטען“, האָט דינסטיק געמאָלדן דער „דזשוינט‟.

די דירעקטאָרשע פֿונעם צענטער, אַנאַ באָנדאַר, האָט דערקלערט אַז אינעם בנין געפֿינען זיך פֿאַרווײַל־צימערן פֿאַר יאָגעקלאַסן, רעד־טעראַפּיע און האַנטאַרבעט־וואַרשטאַ‬טן, ווי אויך אַ גאַנצער גאָרן אָפּגעגעבן קינדער־אַקטיוויטעטן.

דער נאָמען „חלום“ איז פּונקט אויפֿן אָרט. „ווי נאָר מע קומט אַרײַן אין בנין — האָט זי געזאָגט דער ייִט״אַ — זעט מען ווי צוגעפּאַסט ס׳איז דער נאָמען: אַלץ איז זייער ליכטיק, קאָליריק. ס׳איז אין תּוך אַרײַן אַ גן־עדן פֿאַר קינדער“. דעם צענטערס נאָמען האָבן באַשטימט די מיטגלידער פֿון דער קהילה אַליין.

אינעם בנין געפֿינט זיך אויך אַ יוגנטקלוב מיט ווידעאָ־שפּיל־סיסטעמען ווי, למשל, Playstations און XBoxes.

מע שאַצט אַז דער לויפֿיקער בודזשעט פֿאַרן יאָר 2017 איז אַן ערך 386,000 דאָלאַר, אַ ממשותדיקע סומע אין אַ לאַנד, וווּ די דורכשניטלעכע הכנסה פֿון יאַנואַר ביז אַפּריל האָט באַטראָפֿן 4,686 גריוונעס, אַן ערך 188 דאָלאַר אַ חודש.

„די דעדיקאַציע פֿונעם ׳חלום׳־קהילה־צענטער שטעלט מיט זיך פֿאָר נאָך אַ טריט פֿאָרויס אין דער עוואָלוציע פֿונעם קיִעווער ייִדישן לעבן, און דעמאָנסטרירט די באַנײַטע אויפֿלעבונג פֿון דער ייִדישער קולטור, דעם סאַמע נײַסטן געזונט־אָפּהיט פֿאַר די גרעסטע ייִדישע קבצנים, און דער איבערגעגעבנקייט מצד די אוקראַיִנישע ייִדן זיך אַ רוק צו טאָן פֿאָרויס מיטן קהילה־צענטער, נישט־געקוקט אויף די צרות וואָס שטייען פֿאַר זייער לאַנד“, האָט אין אַ דעקלאַראַציע געשריבן דער פּרעזידענט פֿונעם „דזשוינט“ סטאַן רובין און דער הויפּט־עקזעקוטיוו אַלאַן גיל.

לויטן אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס וווינט די גרעסטע קאָנצענטראַציע אוקר‬אַיִנישע ייִדן אין קיִעוו, און 110,000 פֿון די בערך 350,000 ייִדן וווינען אויף דער פּראָווינץ. זינט 2014 זענען אויך צוגעקומען פּליטים פֿון אַנדערע טיילן לאַנד, ווען רוסלאַנד האָט אַנעקסירט די קרים און געהאָלפֿן די סעפּאַראַטיסטן זיי זאָלן אויפֿשטעלן ענקלאַוון אויף מיזרח. אַזוינע אַקציעס זענען פֿאָרגעקומען בשעת דער בלוטיקער רעוואָלוציע, ווען מ׳האָט אַראָפּגעזעצט דעם פּרעזידענט וואָס מ׳האָט פֿאַררעכנט ווי אַ פּראָרוסישער. די אָ רעוואָלוציע האָט אַ שטיק צײַט אויך אָפּגעשטעלט די אוקראַיִנישע עקאָנאָמיע און האַלבירט די ווערט פֿון דער אָרטיקער וואַלוטע.

דער נײַער ייִדישער קהילה־צענטער נעמט אַרײַן אַ ביוראָ פֿונעם ייִדישן משפּחה־דינסט, וווּ מע העלפֿט אײַנגעשטעלטע משפּחות, און מע גיט אַרויסגעשטופּטע ייִדישע אײַנוווינערס פֿון מיזרח די געלעגנהייט זיך צו אינטעגרירן איינס מיטן צווייטן.

בשעת די אומרוען האָט זיך דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין קיִעוו ממש אָפּגעשטעלט, צוליב דעם ריזיקאַלישן מצבֿ. די אַקטיוויטעטן האָבן זיך ווידער אָנגעהויבן אינעם זומער 2014.

דאָס איז דער צווייטער ייִדישער קהילה־צענטער וואָס דער „דזשוינט“ האָט געעפֿנט אויפֿן אַמעריקאַנער נוסח. דער ערשטער געפֿינט זיך אין דער דרומדיקער שטאָט אַדעס, וווּ סע וווינען 45,000 ייִדן, אין 2010. יענער קהילה־צענטער, „בית־גראַנד“ האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי דער הויפּטקנופּ פֿאַרן אַדעסער ייִדישן קולטור־לעבן.