חב״ד אין בערלין באַקומט 2 מיליאָן דאָלאַר פֿון דײַטשער רעגירונג

Chabad in Berlin Receives $2 Million in Government Funding

Courtesy of www.chabadberlin.de

פֿון ייִט״אַ

Published November 16, 2016, issue of November 23, 2016.

דער בערלינער ייִדישער מוזיי און חב״ד־ליובאַוויטש אין בערלין וועלן הײַיאָר באַקומען ממשותדיקע פֿאָנדן פֿון דער דײַטשער רעגירונג.

חב״ד וועט קריגן 2.15 מיליאָן דאָלאַר פֿון דער אַלגעמיינער 1.75 ביליאָן־דאָלאַרדיקער סומע לטובֿת קולטורעלע אינסטיטוציעס און פּראָיעקטן אין דער דײַטשער קרוינשטאָט בערלין.

דער ייִדישער מוזיי אין בערלין וועט באַקומען 7 מיליאָן דאָלאַר אין 2017 — אַ העכערונג פֿון 1.18 מיליאָן דאָלאַר. דער צוגאָב שפּיגלט אָפּ די וויכטיקייט פֿון ייִדישן לעבן אין בערלין, האָט דערקלערט שווען שולץ, אַ געזעצגעבער פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי און אַ מיטגליד פֿונעם בודזשעט־קאָמיטעט בײַם „בונדעסטאַג‟.

געוויסע וויכטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס וועלן אָבער נישט באַקומען קיין פֿאָנדן. אין פֿאַרגליײַך מיט דער „פֿונדאַציע פֿאַר דײַטשער קינאָמעטאָגראַפֿיע‟, למשל, וואָס וועט קריגן 8.93 מיליאָן דאָלאַר כּדי אויפֿצוהאַלטן און פֿאַרגרעסערן אירע זאַמלונגען, וועט די 22־יאָריקע „ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל אין בערלין און בראַנדענבורג‟ גאָרנישט באַקומען.

די „באַרענבוים־סאַיִד‟ אַקאַדעמיע, וואָס ברענגט יונגע מוזיקער פֿונעם מיטעלן מיזרח קיין בערלין צו טרענירןפֿאַר מוזיקאַלישער טרענירונג זיי פֿראָײַ פֿון אָפּצאָל, וועט באַקומען אַרום 1.5 מיליאָן דאָלאַר. די אַקאַדעמיע איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 2015.

דער בודזשעט נעמט אַרײַן 287 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר קולטורעלע פּראָיעקטן אין פֿאַרשידענע אינסטיטוציעס ווי דער בערלינער קאַטעדראַל, די „פֿונדאַציע פֿאַר דער פּרײַסישער קולטור־ירושה‟ און דער „מוזיי פֿון דער דײַטשער געשיכטע‟.