ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 15, 2016, issue of December 28, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מאָסקווער הויפּט־רבֿ און אַנדערע אייראָפּעיִשע רבנים באַערן קעניג פֿון שפּאַניע

די אייראָפּעישע קאָנפֿעדעראַציע פֿון רבנים האָט דורכגעפֿירט איר צוזאַמענפֿאָר אין מאַדריד. די רבנים, בראש מיטן הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע, ר׳ פּנחס גאָלדשמיט, האָבן צוגעטיילט דעם קעניג פֿון שפּאַניע פֿיליפּ דעם 6טן די פּרעמיע פֿון לאָרד עמנואל יאַקאָבאָוויץ, וואָס ווערט צוגעטיילט צו די פּאָליטיקער וואָס שטיצן די ייִדישע קהילות אין זייערע לענדער אָדער לאָזן היטן ייִדישע טראַדיציעס: למשל, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט די פּרעמיע באַקומען אַנגעלאַ מערקעל פֿאַר דעם, וואָס זי האָט ניט געלאָזט פֿאַרווערן ברית־מילה אין דײַטשלאַנד. דער קעניג פֿיליפּ האָט באַקומען די פּרעמיע צוליב דעם געזעץ וואָס לאָזט די ספֿרדישע ייִדן באַקומען די שפּאַנישע בירגערשאַפֿט. דער קעניג האָט באַדאַנקט ר׳ גאָלדשמיטן, און געלויבט די קאָנפֿעדעראַציע פֿאַר איר בײַטראָג צום ייִדישן לעבן אין אייראָפּע.


פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש עסן

Courtesy of www.eshkolot.ru

דער פּראָיעקט „אשכּולות” האָט זונטיק דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם ייִדישן עסן. די פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן לעקציעס פֿון אַ שפּראַך־וויסנשאַפֿטלער און אַ קענער פֿון אַשכּנזישער עטנאָגראַפֿיע; אַ רעפֿעראַט פֿון אַ ישׂראלדיקן רעסטאָראַטאָר וועגן דעם ייִדישן עסן פֿון מאַגרעב; מע האט געקענט פֿאַרזוכן כּלערליי מינים ייִדיש עסן און ייִדישע משקות — און אַ קאָנצערט. דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען אויף איינעם פֿון די מאָסקווער עסן־מאַרקן.


אויסשטעלונג געווידמעט 75סטן יאָרצײַט פֿון באַפֿרײַען טווער פֿון די נאַציס

אַ ידיעה פֿון טווער — אַ שטאָט אויף צפֿון פֿון מאָסקווע. אין טווערער שטאָט־פּאַרלאַמענט האָט מען געעפֿנט אַן אויסשטעלונג וועגן חורבן, געווידמעט דעם 75סטן יאָרצײַט פֿון באַפֿרײַען טווער פֿון די נאַציסטן. די אויסשטעלונג, וואָס דערציילט וועגן ניט־באַקאַנטע פֿאַקטן אין דער געשיכטע פֿון חורבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז געבראַכט געוואָרן קיין טווער פֿון מאָסקווע, וווּ זי איז עקספּאָנירט געוואָרן אין דעם רוסלענדישן פּאַרלאַמענט. נאָך דער אויסשטעלונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ וויזיט פֿון שול־תּלמידים צו אַ דענקמאָל אין טאָראָפּעץ. דאָס דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן אָרט וווּ עס זענען דערשאָסן געוואָרן 75 היגע ייִדן אין 1941. די שול־תּלמידים האָבן צוגעלייגט צו דעם דענקמאָל בלומען און דורכגעפֿירט אַ מינוט פֿון שווײַגן.


זון פֿון פּעטערבורגער ייִדישן כּלל־טוער אַלכּסנדר פֿרענקעל אַרעסטירט און געפּײַניקט

צוויי ידיעות פֿון סאַנקט־פּעטערבורג. די היגע ייִדישע קהילה האָט אויסגעבויט און געעפֿנט אַ נײַ הויז פֿאַר עלטערע מענטשן אין פּעסאָטשני — אַ דערפֿל לעבן פּעטערבורג. דאָס דרײַשטאָקיקע הויז איז צוגעפּאַסט פֿאַר 180 אײַנוווינער.

די אַנדערע ידיעה ברענגט ניט קיין סיבות זיך צו פֿרייען. די פּאָליציי האָט אַרעסטירט און געפּײַניקט דוד פֿרענקעל, אַ יונגן פֿאָטאָ־קאָרעספּאָנדענט פֿון אָפּאָזיציע־צײַטונג „קאָמערסאַנט” און דעם זון פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל, וואָס איז דער הויפּט פֿון ייִדישן קהילה־הויז אין פּעטערבורג און אַ קענער און איבערזעצער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. דוד איז אַרעסטירט געוואָרן אויף אַ דעמאָנסטראַציע: ער האָט געמאַכט בילדער אויף אַ דעמאָנסטראַציע פֿון סעקסועלע מינדערהייטן, וואָס איז פֿאָרגעקומען זונטיק. אים איז באַפֿאַלן אַן אַקטיוויסט פֿון אולטראַ־רעכטער „נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג־באַוועגונג”. נאָך דער שלאָגעניש איז דער נאַציאָנאַליסט אַנטלאָפֿן — און דוד פֿרענקעלן האָט די פּאָליציי אַרעסטירט און געבראַכט אין אַ פּאָליציי־סטאַנציע, וווּ פּאָליציאַנטן און פּסיכיאַטערס וואָס זיי האָבן אויסגערופֿן, האָבן אים געשלאָגן און צוגעבונדן. אויסגעלייזט דודן האָט זײַן טאַטע, און איצט ווערט דער אינצידענט אַלץ ברייטער באַקאַנט אין רוסלענדישע קאָמוניקאַציע־מיטלען.


נאַכט פֿון ייִדישער קולטור אין אודמורטיע

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט קומט פֿון אודמורטיע — אַ רעפּובליק אויף מיזרח פֿון וואָלגע, וווּ דעם 15טן דעצעמבער קומט פֿאָר די „נאַכט פֿון דער ייִדישער קולטור”. קאָנצערטן פֿון ישׂראלדיקע און רוסלענדישע ייִדישע מוזיקער און אַנדערע אונטערנעמונגען קומען פֿאָר אין נאַכטקלובן. איזשעווסק, די הויפּטשטאָט פֿון אודמורטיע, איז באַקאַנט צוליב איר עלעקטראָנישער מוזיק. אָרגאַניזירט די „נאַכט” האָבן דער קהילה־צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור, דער היגער קלוב „הלל” און די היגע רעפֿאָרמיסטישע קהילה. דער פֿעסטיוואַל האָט אַ וווילטעטיקן ציל — צו העלפֿן ייִדישע משפּחות פֿון אודמורטיע וואָס זענען אויף צרות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.