פּוילישע רעגירונג שנײַדט בודזשעט פֿון ייִדיש־צענטערס

Polish Government Cuts Budget for Yiddish Organizations

קינדער לערנען זיך בײַם וואַרשעווער ייִדיש־צענטער, וועמענס בודזשעט די פּוילישע רעגירונג האָט לעצטנס געשניטן
קינדער לערנען זיך בײַם וואַרשעווער ייִדיש־צענטער, וועמענס בודזשעט די פּוילישע רעגירונג האָט לעצטנס געשניטן

פֿון ייִט״אַ

Published December 29, 2016, issue of December 28, 2016.

צום ערשטן מאָל אין צען יאָר האָט די פּוילישע רעגירונג באַשלאָסן ניט אונטערצושטיצן צוויי גרויסע ייִדישע קהילה־אָרגאַניזאַציעס ווי אַ טייל פֿון איר יערלעכן בודזשעט וואָס העלפֿט אונטער די רעליגיעזע מינדערהייטן אין לאַנד. צו דער זעלביקער צײַט האָט די רעגירונג אויך אָפּגעשאַפֿן דעם בודזשעט פֿון צוויי אָרגאַניזאַציעס, וואָס אַרבעטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך.

ווי אַ טייל פֿון זײַן יערלעכער אונטערשטיצונג פֿון די פּוילישע מינדערהייטן האָט דער פּוילישער אינערן־מיניסטעריום ניט אויסגעטיילט קיין געלט פֿאַרן יאָר 2017 דער ייִדישער קהילה פֿון וואַרשע אָדער די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע קהילות אין פּוילן‟, די גרעסטע ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע אין לאַנד. בסך־הכּל האָט דער אינערן־מיניסטעריום אַלאָקירט $117,113 צו עטלעכע אַנדערע ייִדישע גרופּעס. פֿאַראַיאָרן האָט מען אויסגעטיילט $250,920.

אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט די ייִדישע קהילה פֿון וואַרשע גענוצט דאָס געלט כּדי אָפּצודרוקן איר זשורנאַל, און די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע קהילות אין פּוילן‟ האָט מיט די פֿאָנדן געדרוקט אַ לוח. נאָך אַ ייִדישן זשורנאַל, „חידוש‟, וואָס ווערט געדרוקט אין דער שטאָט ברעסלע (ווראָצלאַוו) דורך אַ פֿונדאַציע מיטן פּוילישן הויפּט־רבֿ מײַקל שודריך ב׳ראָש, האָט אויך ניט באַקומען קיין פֿינאַנציעלע שטיצע; פֿאַראַיאָרן האָט דער זשורנאַל באַקומען $16,619 דאָלאַר פֿון דער רעגירונג. דער אינערן־מיניסטעריום האָט אויך אָפּגעשאַפֿן אַלע אונטערשטיצונג פֿאַרן וואַרשעווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער און פֿאַרן וואַרשעווער ייִדיש־צענטער.

ס׳רובֿ פֿונעם געלט וואָס וועט יאָ הײַיאָר אויסגעטיילט ווערן וועט אונטערהעלפֿן די „ייִדישע סאָציאַלע קולטורעלע אַסאָציאַציע אין פּוילן‟, באַקאַנט ווי TSKZ, וואָס וועט באַנוצן זיך מיטן געלט כּדי אונטערצושטיצן זײַנע פּראָגראַמען, ווי אויך אַ ביבליאָטעק און פֿײַערונגען לכּבֿוד די ייִדישע יום־טובֿים.

אַנאַ שיפּשינסקאַ, די פּרעזידענטקע פֿון דער ייִדישער קהילה אין וואַרשע, האָט געזאָגט אַז זי האָט נאָך ניט באַקומען קיין אָפֿיציעלע מעלדונג פֿונעם מיניסטעריום און ווייסט ניט, פֿאַר וואָס מע האָט געשניטן די פֿאָנדן.

„די פֿאַרקלענערונג פֿון די פֿאָנדן איז אַ גרויסע אַנטוישונג פֿאַר די מינדערהייטן אין אונדזער לאַנד,‟ האָט שיפּשינסקאַ געזאָגט. „מיר באַדויערן דעם דוחק פֿון סובווענצן, וועגן וועלכן מיר האָבן זיך דערוווּסט בלויז דורך דער אינטערנעץ.‟

דער פּוילישער פּרעזידענט אַנדריי דודאַ האָט געשיקט די פּוילישע ייִדן אַן אָפֿיציעלע חנוכּה־באַגריסונג אָבער האָט ניט אָרגאַניזירט קיין זיצונג מיט דער ייִדישער קהילה אָדער אָנגעצונדן ליכט מיט די ייִדן לכּבֿוד חנוכּה ווי עס האָבן שטענדיק געטאָן זײַנע פֿאָרגייער. עס וועט יאָ פֿאָרקומען אַ זיצונג צווישן פּרעזידענט דודאַ און דער ייִדישער קהילה אין מיטן יאַנואַר.