ווײַבערטײַטש עפּיזאָד 7: „עטישע מאָדע‟

Vaybertaytsh Episode 7: The Yiddishists of Fair Trade Fashion

קליידער געמאַכט פֿון דער פֿירמע „פּינטל+קייט”
קליידער געמאַכט פֿון דער פֿירמע „פּינטל+קייט”

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 08, 2017, issue of January 27, 2017.

די דריטע כוואַליע פֿון פֿעמיניזם, וואָס האָט אינספּירירט סאָסיע פֿאָקס צו שאַפֿן איר ייִדישן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש‟, האָט אַ סך באַטראַכט און קריטיקירט די מאָדע־אינדוסטריע דורך אַ פֿעמיניסטישן קוקווינקל. טאַקע צוליב דער דאָזיקער קריטיק האָט מען, כאָטש צום טייל, געשאַפֿן די שיטה פֿון „יושר־האַנדל‟ (בלע״ז: fair trade), וואָס שטרעבט צו פֿאַבריצירן און פֿאַרקויפֿן קליידער אויף אַן אופֿן, וואָס עקספּלואַטירט ניט די פֿרויען וואָס מאַכן די קליידער, אָדער די קונות וואָס טראָגן זיי.

אָט די געשיכטע איז געקומען צו רייד אינעם לעצטן עפּיזאָד פֿון „ווײַבערטײַטש‟, אין וועלכן סאָסיע פֿאָקס רעדט מיט שפֿרה ווײַטמאַן, אַ מיטגרינדערין פֿון דער „יושרדיק געהאַנדלטער‟ מאָדע־פֿירמע Pintl+Keyt (פּינטל און קייט) וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער מאָדע־אינדוסטריע, דעם פֿעמיניזם, און ייִדישקייט. ווײַטמאַן האָט דערקלערט, אַז בײַם שאַפֿן די פֿירמע מיט איר שוועסטער לאה און זייער חבֿרטע קאַטי טשאַפּיִוס, האָט מען דווקא אויסגעקליבן דעם ייִדישן נאָמען „פּינטל און קייט‟ ווײַל „מע קען ניט אָנהײבן מאַכן אַ דיזײַן אָדער קונסטווערק אָן אָנצוהייבן מיט אַ פּינטל‟ און אַז די „קייט‟ אינעם נאָמען פֿאַררופֿט זיך אויף דער „קייט צווישן קהילות און מענטשן‟.

די דרײַ פֿרויען, וואָס שאַפֿן די דיזײַנען פֿון די קליידלעך, ספּודניצעס און העמדער, פֿאַרזיכערן אַז די אַרבעטאָרינס וואָס פֿאַבריצירן די קליידער אין אינדיע ווערן באַצאָלט אַ געהעריקן לוין. די דיזײַנען ווערן אויך געדרוקט דיגיטאַליש, אַז מע זאָל מאַכן פּונקט די צאָל וואָס מע דאַרף. די קליידער האָט מען געשאַפֿן מיטן געדאַנק, אַז זיי זאָלן זײַן לויז, כּדי פֿרויען פֿון פֿאַרשידענע גרייסן זאָלן זיי קענען טראָגן.

וואָס האָט דאָס אַלץ צו טאָן מיט ייִדישקייט (אַחוץ דעם נאָמען פֿון דער פֿירמע)? שפֿרה האָט דערקלערט, אַז אַ סך מענטשן באַקלאָגן זיך, מחמת די „יושר־האַנדל‟ קליידער זענען טײַערער ווי יענע קליידער, וואָס ווערן פֿאַבריצירט אין אינדוסטריעלע פֿאַבריקן. שפֿרה האַלט, אַז אַזוי ווי ייִדן באַצאָלן מער אויף כּשר עסן, זאָל מען אויך באַצאָלן מער פֿאַר קליידער געמאַכט דורך אַ יושרדיקער סיסטעם וואָס פֿאַרזיכערט, אַז די מענטשן וואָס האָבן זיי געמאַכט זענען ניט ממש קיין שקלאַפֿן. מע דאַרף אשפֿר אויסטראַכטן אַ מין „יושר־האַנדל‟־שטעמפּל — האָט זי צוגעגעבן — וואָס פֿונקציאָנירט ווי אַ הכשר צו באַשטעטיקן, אַז מע האָט געשאַפֿן די פּראָדוקטן לויט די העכסטע עטישע פּרינציפּן.

דעם גאַנצן עפּיזאָד קען מען הערן דאָ: http://www.vaybertaytsh.com/episodes/2017/1/2/episode-7. כּדי צו זען די קליידער וואָס עס פֿאַרקויפֿט די פֿירמע „פּינטל און קייט‟ באַזוכט: https://www.pintlandkeyt.com.