„אַנטשולדיקט, וווּ געפֿינט מען רחובֿ טשערניכאָווסקי?‟

Asking an Israeli for Directions – in Yiddish

Getty Images

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 26, 2017, issue of March 29, 2017.

מײַן 31־יאָריקער זון, נפֿתּלי, איז לעצטנס געפֿאָרן קיין ישׂראל לכּבֿוד אַ חתונה אין דער משפּחה. שפּאַצירנדיק איבער די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן, האָט ער געהאָפֿט צו געפֿינען עמעצן מיט וועמען צו כאַפּן אַ ייִדיש וואָרט.

איז ער אַרײַן אין אַ געוועלב וואָס פֿאַרקויפֿט טשײַניקעס און געפֿעס פֿון אַן אייראָפּעיִשן, אַלטמאָדישן שניט. דערזעענדיק אַן אייגנטימער אין די זעכציקער, האָט נפֿתּלי אים געפֿרעגט, אויף מאַמע־לשון: „אַנטשולדיקט, איר רעדט ייִדיש?‟ דער ייִד האָט זיך צעשמייכלט און געענטפֿערט, אַז יאָ, און האָט דערציילט, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און געקומען קיין ישׂראל ווי אַ קינד. „שוין דרײַסיק יאָר וואָס איך הער נישט קיין ייִדיש,‟ האָט ער באַמערקט.

מיט עטלעכע גאַסן ווײַטער איז נפֿתּלי אַרײַן אין אַ ביכערקראָם, וווּ ער האָט זיך דערוווּסט, אַז דאָרט רעדט מען אויך ייִדיש. דער אייגנטימער האָט אים אַפֿילו געוויזן עטלעכע ייִדישע ביכער וואָס ער פֿאַרקויפֿט. אויף דער גאַס האָט נפֿתּלי אָפּגעשטעלט אַ מיטל־יאָריקן מאַן און אים אויך געפֿרעגט צי ער קען ייִדיש, און ווען יענער האָט געענטפֿערט, אַז יאָ, האָט נפֿתּלי אים געפֿרעגט ווי אַזוי מע קומט אָן צו רחובֿ טשערניכאָווסקי.

דער ייִד האָט אים באַגלייט צום עק גאַס און געזאָגט: „פֿון דאַנען דאַרף מען גיין רעכטס צוויי גאַסן.” נפֿתּלין האָט פֿאַרחידושט וואָס דער תּל־אָבֿיבֿער האָט געניצט דעם אויסדרוק „פֿון דאַנען‟ — אַ סימן אַז ער קען טאַקע גוט ייִדיש.

שפּעטער, ווען נפֿתּלי האָט זיך אַרײַנגעזעצט אין אַ טאַקסי און געפֿרעגט דעם שאָפֿער צי ער קען ייִדיש, איז ווידער געווען די זעלבע מעשׂה: זײַן רעאַקציע איז אָבער געווען אַנדערש ווי די פֿריִערדיקע. ער האָט זיך נישט דערפֿרייט מיט זײַן ייִדיש־רעדן, נאָר סתּם געענטפֿערט אים אויף ייִדיש אָן שום עמאָציע, גלײַך ווי דאָס וואָלט בײַ אים געווען אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג.

אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? איך דערצייל עס כּדי אַרויסצוברענגען, אַז דער סטערעאָטיפּ פֿון ישׂראלים וואָס שייך זייער צוגאַנג צו ייִדיש — אַז זיי שעמען זיך מיט דער „גלות־שפּראַך‟; אַז זיי לאַכן אָפּ פֿון איר, אָדער אַז דאָס לשון „גרילצט אין די אויערן‟, אַזוי ווי פּרעמיער דוד בן־גוריון האָט אַ מאָל געזאָגט — איז שוין היפּש פֿאַרעלטערט.