גוואַטעמאַלע לאַנצירט פּראָגראַם צו לערנען קינדער וועגן דעם חורבן

Guatemala Launches Program to Teach the Holocaust

דער גוואַטעמאַלער בילדונג־מיניסטער אָסקאַר כוגאָ לאָפּעז
דער גוואַטעמאַלער בילדונג־מיניסטער אָסקאַר כוגאָ לאָפּעז

פֿון ייִט״אַ

Published March 19, 2017, issue of March 29, 2017.

ריאָ דע זשאַנעראָ. — די גוואַטעמאַלער רעגירונג האָט, בשותּפֿות מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק לאַנצירט אַ פּעדאַגאָגישן פּראָיעקט צו לערנען די קינדער אין די שולן איבערן לאַנד וועגן דעם חורבן.

אַ צווייטער ציל פֿונעם פּראָיעקט איז צו פֿאַרשפּרייטן די ווערטן פֿון טאָלעראַנץ און דרך־ארץ צווישן מענטשן פֿון אַנדערע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס, האָט איבערגעגעבן די צײַטונג, La Hora.

עטלעכע ייִדישע און רעגירונג־באַאַמטע זענען בײַגעווען אויף דער גרינדונג־צערעמאָניע, אַרײַנגערעכנט דעם בילדונג־מיניסטער אָסקאַר כוגאָ לאָפּעז און דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר, משה בחר.

„דער איניציאַטיוו דערציילט וועגן די אמתע ליידן פֿון די ייִדן אינעם חורבן — אַ וויכטיקע לעקציע פֿאַר די גוואַטעמאַלער, צו פֿאַרזיכערן אַז דאָס זאָל קיין מאָל מער נישט געשען,“ האָט לאָפּעז דערקלערט. „דאָס וואָס איז דעמאָלט געשען וועט העלפֿן איבערצײַגן די גוואַטעמאַלער צו זײַן מער פּאָזיטיוו געשטימט צו קולטורעלע, עטנישע און לינגוויסטישע אונטערשיידן,“ האָט ער צוגעגעבן, זאָגנדיק אַז ראַסיזם און דיסקרימינאַציע „עקזיסטירן נאָך אַלץ אין דער גוואַטעמאַלער געזעלשאַפֿט“.

דער איניציאַטיוו, אָנגעפֿירט דורכן בילדונג־מיניסטעריום און דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וועט אויך באַזאָרגן די לערער סײַ מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם חורבן, סײַ מיט די מיטלען ווי אַזוי מע קען דאָס איבערגעבן אויף אַ פּעדאַגאָגישן אופֿן.

דער פּראָיעקט באַשטייט פֿון סטאַטיסטיק, לעקציעס, אַרטיקלען און גבֿית־עדות. דער קוריקולום, וואָס הייבט זיך אָן מיט די תּלמידים אינעם דריטן קלאַס, ווערט שוין פּלאַנירט זינט 2015, האָבן איבערגעגעבן די מיניסטעריום־באַאַמטע.

דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער האָט דער גוואַטעמאַלער פּרעזידענט, דזשימי מאָראַלעס, באַזוכט ישׂראל, וווּ פּרעמיער בנימין נתניהו, פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין און דער כּנסת־ספּיקער יולי איידלשטיין האָבן באַדאַנקט דאָס לאַנד פֿאַר זײַן וויכטיקער ראָלע אין דער גרינדונג פֿון דער ייִדישער מדינה.

אין גוואַטעמאַלע, אַ לאַנד פֿון 15 מיליאָן אײַנוווינער, וווינען הײַנט בערך 1,000 ייִדן.