וואַרעמער טעלעגראַם פֿון הימלער צום ירושלימער מופֿטי אַנטדעקט

Supportive Telegram From Himmler To Grand Mufti Discovered

National Library of Israel

פֿון שירה האַנאַו (Forward)

Published April 04, 2017, issue of April 27, 2017.

צווישן די אַרכיוון פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכה־ביבליאָטעק פֿון ישׂראל האָט מען די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַנטדעקט אַ פֿרײַנדלעכן טעלעגראַם פֿון הײַנריך הימלער — דער הויכראַנגיקער נאַצישער פּאַרטיי־באַאַמטער און הויפּט פֿונעם „עס־עס‟ — צום מופֿטי פֿון ירושלים פֿון יאָר 1943.

אין דער טעלעגראַם שטיצט הימלער דעם מופֿטי אין זײַן קאַמף קעגן די „ייִדישע אַרײַנדרינגערס“.

לויט אַן איבערזעצונג פֿון דער צײַטונג „טײַמס אָוו איזראַעל“ האָט הימלער געשריבן: „אויף דער בשותּפֿותדיקער אָנערקענונג פֿונעם שׂונא און דעם קאַמף קעגן אים שטייט דער פֿעסטער יסוד צווישן די נאַציאָנאַלע סאָציאַליסטן פֿון גרויס־דײַטשלאַנד און מוסולמענער פֿון דער וועלט וואָס האָבן ליב פֿרײַהייט“.

די בריטיאַנער האָבן באַשטימט כאַדזש אַמין אַל־כוסייני ווי דעם מופֿטי פֿון ירושלים, אַ רעליגיעזע פּאָזיציע, בשעת דער מאַנדאַט־תּקופֿה. ער, אין איינעם מיט אַנדערע אַראַבישע פֿירערס, האָבן זיך אין 1936 געבונטעוועט קעגן די בריטאַניער אינעם שטרעבן פֿאַר פּאַלעסטינער אַליין־באַשטימונג. אין 1937 האָט בריטאַניע אָפֿיציעל צוריקגעצויגן זײַן טיטל פֿון מופֿטי און ער איז אַנטלאָפֿן קיין לבֿנון.

כוסייני האָט זיך געטראָפֿן מיט היטלערן אין דײַטשלאַנד אין 1941 און געבעטן דײַטשן שטיץ פֿאַר אַן אַראַבישן אומאָפּהענגיקייט פֿון דער קאָלאָניאַלער מאַכט וואָס האָט דעמאָלט רעגירט איבערן מיטעלן מיזרח.