אַ ווייניק באַמערקטע גוטע בשׂורה פֿאַר ישׂראל

An Overlooked Piece of Good News For Israel

Rukhl Schaechter

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 26, 2017, issue of April 27, 2017.

בײַ ייִדן איז דער חודש מײַ פֿאַרבונדן, מער ווי אַלע אַנדערע חדשים, מיט מדינת־ישׂראל. דעמאָלט מערקט מען אָפּ יום־הזכּרון — דער אָנדענקטאָג פֿון די געפֿאַלענע צה״ל־סאָלדאַטן; מע פּראַוועט יום־העצמאות, דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, און אויך יום־ירושלים — דעם טאָג אין 1967, ווען די שטאָט איז נאָך 2,000 יאָר ווידער פֿאַראייניקט געוואָרן.

פֿון די דרײַ יום־טובֿים ווערט בלויז איינער געפּראַוועט אויך מחוץ ישׂראל: יום־העצמאות. ייִדישע סטודענטן אויף די קאָלעדזש־קאַמפּוסן און מיטגלידער פֿון ייִדישע קאַמונאַלע צענטערס, אַרײַנגערעכנט משפּחות מיט קליינע קינדער, באַטייליקן זיך אין פּראָ־ישׂראלדיקע פּאַראַדן, הערן רעדעס פֿון באַרימטע ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן און נאַשן פֿאַלאַפֿל מיט כומוס. 

הגם די בולטע דעמאָנסטראַציעס פֿון סאָלידאַרישקייט מיט מדינת־ישׂראל זענען אַװדאי וויכטיק פֿון אַ סימבאָלישן קוקווינקל, מוז איך זיך מודה זײַן, אַז איך גיי זעלטן אויף זיי. עפּעס זעען זיי מיר אויס שאַבלאָניש און אויבנאויפֿיק. מיר איז ליבער אויסצודריקן מײַן בונד מיט ישׂראל אויף מער פּערזענלעכע אופֿנים: יעדן דינסטיק אָװנט, למשל, גיי איך טאַנצן ישׂראלדיקע פֿאָלקסטענץ; שבת נאָך מיטאָג לייען איך, צוזאַמען מיט אַ גרופּע חבֿרטעס, די ווערק פֿון ישׂראלדיקע שרײַבער. און ווען נאָר מעגלעך, קויף איך פּראָדוקטן געמאַכט פֿון ישׂראלדיקע פֿירמעס.

אַז איך דאַרף, למשל, קויפֿן ווײַן אויף שבת אָדער יום־טובֿ, קלײַב איך, בדרך־כּלל, אויס בלויז די ישׂראלדיקע פֿירמעס. אַז איך שטיי אין ווײַנגעשעפֿט און זע וויפֿל פֿון די סאָפֿיסטיצירטע סאָרטן ווײַן — מערלאָ, קאַבערנע סאָוויניאָן, סיראַ — ווערן הײַנט געמאַכט פֿון ישׂראלדיקע פֿירמעס, שעפּ איך נחת! איך געדענק גוט ווי ישׂראל האָט אויסגעזען אין די 1970ער יאָרן, ווען די באַדינגונגען אין ישׂראל זענען געווען אַזוי אָרעם און פּרימיטיוו (ווער קען פֿאַרגעסן די הייסע תּל־אָבֿיבֿער זומערן אָן לופֿטקילונג? און די עפֿנטלעכע טעלעפֿאָנען וואָס האָבן געטויגט אויף כּפּרות?) זעענדיק ווי ישׂראל איז געוואָרן אַ הויפּטמאַרק פֿון עלעגאַנטע מינים ווײַן, קען איך זיך נישט אָפּװוּנדערן וויפֿל אונדזער לענדעלע האָט זיך עקאָנאָמיש אַרויפֿגעאַרבעט.

די לעצטע 12 יאָר האָט זיך אָבער אָנגערוקט אַ דראָענדיקער שאָטן בײַ ייִדן (און נישט־ייִדן), וואָס שטאָלצירן און פֿרייען זיך מיט מדינת־ישׂראל. ס׳איז געוואָרן אַזאַ מאָדע, בפֿרט בײַ געוויסע קרײַזן אין אייראָפּע, צו פֿאַרדאַמען נישט בלויז די ישׂראלדיקע רעגירונג (וואָס דאָס איז אַוודאי אַ לעגיטימע זאַך), נאָר די עצם עקסיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה אַליין. ווי אַ פּועל־יוצא פּרוּוון זיי דורכצופֿירן בויקאָטן פֿון אַלע ישׂראלדיקע פּראָדוקטן, און בויקאָטירן אַפֿילו ישׂראלדיקע פּראָפֿעסאָרן און אַנדערע פֿאָרשער וואָס ווילן זיך באַטייליקן אין אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אין אױסלאַנד. 

די אָ בויקאָטיר־באַוועגונג, באַקאַנט ווי „בי־די־עס‟, האָט זיך שוין שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע שטעט, בפֿרט אין יענע וווּ די מוסולמענער אָדער אַראַבער באַטרעפֿן אַ ממשותדיקן פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַפֿילו געוויסע הויך־ראַנגיקע פּאָליטישע פֿירער האָבן זיך אָנגעכאַפּט אין דעם אַנטיציוניסטישן פֿיבער. דער בירגער־מײַסטער פֿון מאַלמע, שוועדן, אילמאַר ריפּאַלו, למשל, האָט אין 2015 דערלויבט מע זאָל אין אַ שטאָטישן בנין דורכפֿירן אַ רײ אַקטיוויטעטן „קעגן דעם ישׂראלדיקן אַפּאַרטהײַד‟, אַרויסווײַזנדיק דורך דער אַקציע זײַן שטיצע פֿאַר דער אָרטיקער אָרגאַניזאַציע Isolate Israel, וואָס רופֿט די שוועדישע פֿירמעס אַרויסצונעמען אַלע ישׂראלדיקע פּראָדוקטן פֿון זייערע געשעפֿטן.