אַ בריוו צו דער שוועדישער רעגירונג — אויף ייִדיש

A Letter to the Swedish Government - in Yiddish

ראָבערט זינגער, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟
Wikimedia Commons
ראָבערט זינגער, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 10, 2017, issue of May 26, 2017.

ס׳איז זעלטן־ווען וואָס מע הערט אָדער זעט הײַנט אַ ייִדיש וואָרט אין די הויכע פֿענצטער פֿון די גרויסע אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן אָפֿיציעלע דיפּלאָמאַטישע קאָרעספּאָנדענצן.

דינסטיק, דעם 9טן מײַ, האָט אָבער דער „ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריוו פֿון זײַן הויפּט־פֿאַרוואַלטער ראָבערט זינגער אויף ייִדיש, אין וועלכן ער פֿאַרדאַמט די שוועדישע רעגירונג פֿאַרן שטיצן אַן אַנטי־ישׂראל רעזאָלוציע אין „אונעסקאָ‟. דעם בריוו האָט די אָרגאַניזאַציע געשטעלט אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟.

צוליב וואָס האָט מען געשיקט אַן עפֿנטלעכן בריוו דער שוועדישער אויסערן־מיניסטאָרין מאַרגאָט וואַלסטריאָם דווקא אויף ייִדיש, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי קען זיכער ניט לייענען די שפּראַך? ווײַל ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך אין שוועדן און „דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟, וויל, אַ פּנים, כאַפּן דעם אויפֿמערק פֿון דער שוועדישער רעגירונג דורכן ווענדן זיך צו איר אין איינער פֿונעם לאַנדס אָפֿיציעלע שפּראַכן.

אַזוי לייענט זיך דער בריוו: