אַ ראָמאַן װעגן פֿראַנצױזישן אַנטיסעמיטיזם פֿאַרן חורבן

A Novel about French Anti-Semitism Before the Holocaust

דער ראָמאַן „ראַדאַן דער גרױסשאַרטיקער” פֿונעם פֿראַנצױזישן ייִדישן שרײַבער בערנאַר לעקאַש
דער ראָמאַן „ראַדאַן דער גרױסשאַרטיקער” פֿונעם פֿראַנצױזישן ייִדישן שרײַבער בערנאַר לעקאַש

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 23, 2017, issue of July 28, 2017.

כאָטש דער אַנטיסעמיטיזם איז עד־היום אַ רעאַליטעט, האָט דער חורבן געצװוּנגען די אַנטיסעמיטן אין אײראָפּע און אַמעריקע צו ענדערן זײער רעטאָריק.

איצט רעדן זײ מיט רמזים, אױסמײַדנדיק דאָס װאָרט „ייִד”. דאָס זעט מען בפֿירוש, לשמל, אין די אַגרעסיװע אַטאַקעס קעגן דזשאָרדזש שורש (סאָראָס), װאָס די נאַציאָנאַליסטישע פּרעסע פֿירט אין אונגאַרן, רוסלאַנד, סערביע און לעצטנס אױך אין אַמעריקע. מען האַלט אים פֿאַרן ראָש פֿון אַ גלאָבאַלער פֿאַרשװערונג, װאָס איר ציל איז צו האַלטן די גאַנצע װעלט אין איר שליטה. די אַמעריקאַנער „אַלטערנאַטיװע רעכטע” און אַנדערע נאַציאָנאַליסטן ציִען אָבער זײער ייִחוס פֿון דער פֿריִערדיקער תּקופֿה, װען מען האָט זיך ניט געשעמט צו רעדן אָפֿן װעגן אַ „ייִדישער סכּנה” אָן קײן שהיות.

אין די 1920ער יאָרן איז דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד געװען דאָס אײנציקע לאַנד, װאָס האָט געהאַלטן אַנטיסעמיטיזם פֿאַר אַ קרימינעלן פֿאַרברעכן. די ייִדישע טעמע האָט בולט פֿיגורירט אין דער סאָװעטישער קולטור ניט נאָר אױף ייִדיש אָבער אױך אױף רוסיש, אוקראַיִניש און װײַסרוסיש.

חוץ דעם האָט מען איבערגעזעצט ביכער אױף ייִדישע טעמעס פֿון פֿאַרשידענע אײראָפּעיִשע שפּראַכן. צװישן די איבערזעצער זײַנען געװען אױך באַרימטע שרײַבער און דיכטער, װאָס האָבן זיך גענומען פֿאַר אַזאַ מין אַרבעט צוליב פּרנסה, בפֿרט װען זײערע אײגענע װערק האָבן ניט באַקומען קײן אידעאָלאָגישן הכשר בײַ דער קאָמוניסטישער מאַכט.

צװישן די דאָזיקע איבערזעצער איז געװען דער דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. ער האָט זיך קונה־שם געװען נאָך פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע װי אײנער פֿון די בעסטע רוסישע דיכטער, אָבער די סאָװעטישע קריטיקער האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ קלאַסאָװע־פֿרעמדן עלעמענט, און מען האָט אױפֿגעהערט דרוקן זײַנע פּאָעטישע װערק. האָט מאַנדעלשטאַם גענומען איבערזעצן מאָדערנע אײראָפּעיִשע ליטעראַטור אויף רוסיש; בתוכם — דער ראָמאַן פֿונעם פֿראַנצױזישן ייִדישן שרײַבער בערנאַר לעקאַש „זשאַקאָב”, װאָס איז אַרױס אױף רוסיש אונטערן טיטל „ראַדאַן דער גרױסשאַרטיקער”.

דער דאָזיקער לאַנג־פֿאַרגעסענער ראָמאַן איז לעצטנס װידער אַרױס אינעם פֿאַרלאַג „גשרים” מיט אַ נאָכװאָרט פֿונעם פּראָפֿעסאָר פֿונעם ירושלימער אוניװערסיטעט דמיטרי סגל. סגל דערװײַזט, אַז מאַנדעלשטאַם האָט ניט נאָר איבערגעזעצט דעם ראָמאַן אױף רוסיש, אָבער אױך פֿאַרפֿאַסט אַ הקדמה צו דער רוסישער אױסגאַבע וואָס אַנטפּלעקט מאַנדעלשטאַמס אָנזיכטן אױף דער „ייִדישער פֿראַגע” אין דער מאָדערנער װעלט.

אַזױ אַרום איז די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם פֿאַרגעסענעם ראָמאַן אינטערעסאַנט פֿון צװײ שטאַנדפּונקטן, ערשטנס װי אַ מוסטער פֿון דער פֿראַנצױזיש־ייִדישער ליטעראַטור פֿון די 1920ער יאָרן, און צװײטנס װי אַ גּבֿית־עדות פֿון מאַנדעלשטאַמס פּאָזיציע לגבי ייִדן. בערנאַר לעקאַש איז ניט געװען קײן װיכטיקע פֿיגור אין דער פֿראַנצױזישער ליטעראַטור־געשיכטע, נאָר ער האָט זיך קונה־שם געװען װי אַ הײסער פּובליציסט און אַן איבערגעגעבענער קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם און פֿאַשיזם. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה איז ער געװען אַן אַקטיװער מיטגליד פֿונעם אַנטי־נאַציסטישן װידערשטאַנד אין פֿראַנקרײַך. זײַן ראָמאַן איז אינטערעסאַנט קודם־כּל װי אַ היסטאָרישער דאָקומענט פֿון דער תּקופֿה, װען אַנטיסעמיטן האָבן זיך נאָך ניט געשעמט צו מאַכן נעגאַטיווע קאָמענטאַרן וועגן די ייִדן.

לעקאַש שילדערט דעם אױפֿקום פֿון זײַן אײגענעם דור ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך סוף נײַצנטן יאָרהונדערט. דער הױפּטהעלד איז אַ יונגער ייִד, װאָס דערגרײכט אַ פֿינאַנציעלן דערפֿאָלג מיט ניט קײן כּשרע מיטלען. יעקבֿ־זשאַקאָב ראַדאַן שטאַמט פֿון דער אָרעמער משפּחה פֿון אַ ייִדישן שנײַדער און װיל אַנטלױפֿן פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה. לעקאַש איז קריטיש פֿון זײַן העלדס צינישן אָפּאָרטוניזם, אָבער דערבײַ איז ער אַנטציקט פֿון דער שטאַרקער ענערגיע פֿון ייִדישע אימיגראַנטן.

דער ראָמאַן איז ספּעציעל אינטערעסאַנט מיט דער פּרטימדיקער אַנאַליטישער שילדערונג פֿונעם עפֿנטלעכן אַנטיסעמיטיזם, װאָס האָט געהערשט אין די רעכט–קאָנסערװאַטיװע קרײַזן פֿון דער פֿראַנצױזישער געזעלשאַפֿט פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. אָבער אײנצײַטיק האָט דער מחבר ניט קײן סך רחמנות פֿאַר זײַנע ייִדישע העלדן, װעלכע זײַנען גרײט בוגד צו זײַן אין זײער אייגן פֿאָלק צוליב מאַטעריעלן דערפֿאָלג.

אַ סבֿרה האָט זיך מאַנדעלשטאַם גענומען פֿאַרן איבערזעצן דעם דאָזיקן ראָמאַן ניט צוליב דער ייִדישער טעמע, נאָר צוליב אַ דוחק אין געלט. אָבער אין דער הקדמה אַנטפּלעקט ער זײַנע אײגענע מחשבֿות װעגן ייִדן, אַסימילאַציע און אַנטיסעמיטיזם, װאָס לאָזן בעסער פֿאַרשטײן זײַן װעלטבאַנעם. אין הסכּם מיט דער אָבליגאַטאָרישער מאַרקסיסטישער טעאָריע, טײַטשט ער אויס דעם אַנטיסעמיטיזם װי אַ בײַ־פּראָדוקט פֿונעם קלאַסנקאַמף, אַן אידעאָלאָגישער געװער פֿון די רעאַקציאָנערע קלאַסן. ער גלױבט, אַז מיט דער צײַט, נאָכן נצחון פֿון סאָציאַליזם, װעט אַנטיסעמיטיזם אָפּשטאַרבן. ער טענהט אױך, אַז אַסימילאַציע איז אַ נאַטירלעכער פּראָצעס, װאָס העלפֿט ייִדן געפֿינען זײער אָרט אין דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט.

מאַנדעלשטאַם האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה און איז אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אין פּעטערבורג אין דער רוסישער קולטור. ער האָט זיך שטאָלצירט מיט זײַן ייִדישן ייִהוס, כאָטש אַלײן האָט ער זיך געהאַלטן פֿאַר אַ רוסישן דיכטער. אין זײַן הקדמה לױבט מאַנדעלשטאַם לעקאַשן פֿאַר דעם, װאָס יענער אַנטבלױזט דעם פֿאַרשפּרײטן אַנטיסעמיטישן מיטאָס װעגן דעם „אַלמעכטיקן ייִדישן קאַפּיטאַל”, װאָס הערשט בסוד איבער דער גאַנצער װעלט.

לעקאַשס ראָמאַן און מאַנדעלשטאַמס הקדמה זײַנען װיכטיקע היסטאָרישע דאָקומענטן פֿון דער צײַט, װען ייִדן האָבן נאָך געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער אײראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט, װירטשאַפֿט און קולטור, און אַנטיסעמיטיזם איז געװען אַ „בכּבֿודיקע” אידעאָלאָגיע פֿון קאָנסערװאַטיװע נאַציאָנאַליסטישע רעכטע פּאַרטײען. דעמאָלט האָבן זײ גערעדט װעגן ייִדן. הײַנט נוצן זײ אַנדערע װערטער — „ליבעראַלן”, „גלאָבאַליסטן” וכדומה. דער תּוך בלײַבט אָבער דער אײגענער.