ייִדיש־לשון אויפֿן וועלטקאָנגרעס פֿון יודאַיִסטיק

Hearing Yiddish at the World Conference of Jewish Studies

די מחברטע, שׂרה־רחל שעכטער (רעכטס) און ד״ר דוד ראָסקעס
Steffen Krogh
די מחברטע, שׂרה־רחל שעכטער (רעכטס) און ד״ר דוד ראָסקעס

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 03, 2017, issue of August 25, 2017.

הײַיאָר בין איך צום ערשטן מאָל געפֿאָרן אויפֿן וועלטקאָנגרעס פֿון יודאַיִסטיק, וואָס קומט פֿאָר יעדע פֿיר יאָר אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, ירושלים. די קאָנפֿערענץ האָט דאָס מאָל צוגעצויגן בערך 1,500 מענטשן.

כ׳האָב ספּעציעל הנאה געהאַט וואָס דער וועלטקאָנגרעס קומט פֿאָר אינעם הר־הצופֿים־קאַמפּוס ווײַל מיט יאָרן צוריק האָב איך איין זומער דאָרט גענומען אַן אינטענסיוון זעקסוואָכיקן העברעיִש־קורס; דערבײַ האָב איך גוט פֿאַרבראַכט מיט מײַנע מיטוווינער און זיך בעסער באַקענט מיט דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט בכלל און מיט מײַנע אָרטיקע קרובֿים בפֿרט. ס׳איז געווען איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע זומערן פֿון מײַן לעבן.

ווען איך האָב זיך אין דעצעמבער פֿאַרשריבן אויפֿן וועלטקאָנגרעס האָב איך געמיינט אַז דאָס וועט זײַן אַ גוטע געלעגנהייט סתּם זיך צו לערנען אַ ביסל וועגן די לעצטע פֿאָרשונגען אין דער ייִדישער געשיכטע, סאָציאָלאָגיע און ליטעראַטור; ווי אויך זיך צו זען מיט ייִדישע אַקאַדעמיקער וואָס איך קען שוין יאָרן לאַנג — און אויך זיך באַקענען מיט נײַע. 

כ׳האָב גאָר נישט געוווּסט אַז כ׳וועל דאָרט געפֿינען אַ סבֿיבֿה וווּ מע וועט פֿרײַ „פּראַווען‟ ייִדיש!

מײַן ערשטע איבערראַשונג איז געווען פֿון דער אַדמיניסטראַציע אַליין. ווי נאָר איך האָב זיך רעגיסטרירט, האָט איינער פֿון די אָרגאַניזירער מיר פֿאָרגעלייגט, אַז אַזוי ווי דער „פֿאָרווערטס‟ מערקט אָפּ הײַיאָר זײַן 120סט יאָר, איז אפֿשר וויל איך לייענען אַ רעפֿעראַט אָדער אָנפֿירן מיט אַ פּאַנעל לכּבֿוד דעם יוביליי. איך האָב גלײַך מסכּים געווען און געפּרוּווט צונויפֿשטעלן אַ פּאַנעל פֿון רעפֿעראַטן וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟ אָבער ס׳איז מיר נישט געגאַנגען, האָב איך באַשלאָסן אַליין צו רעפֿערירן וועגן דעם אַז איך בין דער ערשטער אַמעריקאַנער געבוירענער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט.

בײַם אויסשטעלן די אַפּליקאַציע האָב איך אויך געדאַרפֿט אָנגעבן צי דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען אויף העברעיִש צי אויף ענגליש. מײַן העברעיִש איז נאָך נישט גענוג שטאַרק, האָב איך געשריבן: ענגליש. מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט דער ייִדישער ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר, ד״ר דוד ראָסקעס, מיך איפֿאָרמירט, אַז מע קען אויך לייענען דעם רעפֿעראַט אויף ייִדיש, אַבי מע לאָזט די אַדמיניסטראַציע וויסן. האָב איך, דוד און צוויי אַנדערע באַטייליקטע — ד״ר רחמיאל פּעלץ און ד״ר איציק גאָטעסמאַן — אַלע געבעטן בײַ דער אַדמיניסטראַציע אונדז לאָזן האַלטן די רעפֿעראַטן אויף ייִדיש. דער אַדמיניסטראַטאָר האָט מסכּים געװען. אַזוי איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ צוויי־שעהיקער פּאַנעל אין גאַנצן אויף ייִדיש. דוד האָט גערעדט וועגן דער פּאָליפֿאָניע פֿון מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער‟; רחמיאל — וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן בער באָראָכאָווס לינגוויסטישער פֿאָרשונג און ציוניסטישער פּאָליטיק; און איציק — וועגן הומאָר אין דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿון 19טן יאָרהונדערט.

עס זענען אויך געווען אַנדערע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש. ד״ר חוה טורניאַנסקי האָט גערעדט וועגן די פּריוואַטע בריוו פֿון ייִדישע פֿרויען; ד״ר שמעון נויבערג — וועגן דער אַלטער מעדיצין אויף ייִדיש; און ד״ר אַסטריד שטאַרק־אַדלער — וועגן אַ ייִדיש ווערק פֿון 17טן יאָרהונדערט.

דערצו האָט מען אויף ענגליש און העברעיִש אויך געמאַכט אינטערעסאַנטע פּרעזענטאַציעס וועגן ייִדיש, בפֿרט אין שײַכות מיט די חסידישע קרײַזן. דזשאָרדין קוציק האָט גערעדט וועגן דער חסידישער קינדער־ליטעראַטור; ד״ר סטעפֿאַן קראָך — וועגן דעם גערעדטן ייִדיש אין הײַנטיקן אַנטווערפּן; און ד״ר חיה נאָווע — וועגן די געלענגטע וואָקאַלן פֿון ניו־יאָרקער חסידיש ייִדיש.