וואָס וויל דער פֿאָרווערטס?

What's Our Agenda?

Yehuda Blum

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 29, 2017.

געוויינטלעך ווען עמעצער שיקט אַרײַן אַ פֿראַגע צו מיר אין פֿאָרווערטס איז עס אָדער כּדי צו שטעלן אַ נעקראָלאָג אָדער ווײַל ער אָדער זי זוכט עמעצן איבערצוזעצן אַ בריוו פֿון אַ פֿון לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם קרובֿ.

לעצטנס האָב איך אָבער באַקומען אַ בריװ מיט אַ גאָר אַנדערער שאלה:

איך בין נײַגעריג צו הערן פֿון אײַך, וואָס איז אײַער וויזיע פֿאַרן פֿאָרווערטס? בפֿרט הײַנטיקע צײַטן ווען אידיש אינעם כּלל איז גענוצט כּמעט נאָר דורך חרדישע שומרי תּורה ומצוות וואָס זענען על־פּי רובֿ נישט מיט אײַך אויף איין זײַט…

יעדע אויסגאַבע האָט אַ ציל און אַן אַגענדע. וואָס איז די טרײַבקראַפֿט הינטער דער אויסגאַבע? וואָס איז אײַער ציל?

געוואַלדיג (פֿון „קאַווע שטיבל‟)

„קאַווע שטיבל‟ איז אַ חסידישע פֿייסבוק־זײַט; האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז „ר׳ געוואַלדיג‟ איז מסתּמא אַליין אַ חסיד.

די פֿראַגע איז אַ באַרעכטיקטע. ס׳רובֿ פֿון די מענטשן וואָס קענען הײַנט לייענען אַן אַרטיקל אויף ייִדיש זענען טאַקע פֿון די חסידישע קרײַזן. אויב מײַן ציל וואָלט געווען צו שרײַבן פֿאַרן מאַיאָריטעט וואָלט איך געדאַרפֿט אָפּדרוקן אַרטיקלען וואָס אינטערעסירן, דער עיקר, דעם חסידישן עולם.

אָבער כאָטש אַ טייל פֿון אונדזערע הײַנטיקע מיטאַרבעטער קומען טאַקע פֿון דער חסידישער וועלט — ווי, למשל, די שרײַבערס פֿון אונדזער בלאָג „אידיש מיט אַן אַלף‟ און די סאַטמער דערצויגענע בלאָגערין ריקי רויז — איז אונדזער הויפּטציל אַרײַנצוציִען אוהבֿי־ייִדיש פֿון אַלע מינים. די גוטע נײַעס איז, אַז מיר לעבן הײַנט אין אַ צײַט וואָס איז אַ סך מער פּאָזיטיוו געשטימט צו ייִדיש ווי פֿריִער. ען טאָבאַק, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק, האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז עס האָבן זיך הײַיאָר פֿאַרשריבן אין זייערע ייִדיש־קלאַסן נישט ווייניקער ווי 270 סטודענטן!