װילנער געשיכטע דערצײלט דורך ביכער

Vilna History Told through Books

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 14, 2018.

ביכער האָבן היסטאָריש פֿאַרנומען זײער אַ חשובֿ אָרט אינעם לעבן פֿון די ווילנער ייִדן.

װילנע איז געװען די הײם פֿון די צוויי װיכטיקסטע פֿאַרלאַגן פֿאַר רעליגיעזע ספֿרים און װעלטלעכע ביכער: „ראָם” און „ב. קלעצקין”. די שטאָט האָט אױך פֿאַרמאָגט די אוניקאַלע „סטראַשון־ביבליאָטעק‟, און אײניקע שילן, קלױזן און ישיבֿות האָבן אױך געהאַט װיכטיקע אײגענע ביכער־זאַמלונגען. די װילנער ייִדישע אײַנוווינער זענען ווײַט ניט געװען אײגנאַרטיק אין זײער פֿרומקײט און פּאָליטישע שטעלונגען אָבער זײ זײַנען געװען אײנשטימיק אין זײער דרך־ארץ פֿאַרן געדרוקטן װאָרט.

בעת דער פּױלישע שליטה צװישן 1920 און 1939 איז אין װילנע אױפֿגעװאַקסן אַ נעץ פֿון ייִדישע קולטורעלע, אַקאַדעמישע און דערציִערישע אַנשטאַלטן, װאָס האָבן אױפֿגעהאָדעװעט אַ נײַעם דור ייִדישע אינטעליגענטן. די יסודות פֿאַרן דאָזיקן קולטורעלן אױפֿבלי זײַנען פֿאַרלײגט געװאָרן פֿון דער עלטערער ייִדישער אינטעליגענץ.

בשעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען װילנע איז אָקופּירט געװאָרן דורך די דײַטשן, זענען די ייִדישע דאָקטױרים און אַדװאָקאַטן געװאָרן די דעה־זאָגער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער מאָדערניזאַציע. דאָס האָט דערמעגלעכט דער ייִדישער קהילה איבערצולעבן דעם הונגער, עפּידעמיעס און ביטערע אָרעמקײט פֿון די אָקופּאַציע־יאָרן.

די דאָזיקע דערפֿאַרונג איז געװאָרן אַ טײל פֿון דעם קאָלעקטיװן זכּרון פֿון װילנער ייִדנטום און האָט אױסגעפֿורעמט דעם נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן פֿונעם ייִנגערן דור. אין דער הקדמה צו דעם מאָנומענטאַלן „פּנקס פֿאַר דער געשיכטע פֿון װילנע אין די יאָרן פֿון מלחמה און אָקופּאַציע” האָט זלמן רײזען פֿאַרסך־הכּלט דאָס חשיבֿות פֿון דער דערפֿאַרונג פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה אַזוי: „װאָס װילנע האָט געבױט איז ניט לאָקאַל, נאָר האָט אַ באַדײַטונג פֿאַר דעם גאַנצן אַלװעלטלעכן ייִדנטום. און װעט חס־וחלילה אונטערגײן דאָס, װאָס איז מיט אַזױ פֿיל מי און מסירת־נפֿש אױפֿגעבױט געװאָרן אין װילנע אין די שװערע יאָרן, װעט דאָס גאַנצע ייִדנטום לײַדן אַ שװערע אבֿידה.”

די דאָזיקע װערטער זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן אין 1922, אָבער זײ זײַנען װידער געװאָרן אַקטועל אין 1941, װען די דײַטשן האָבן װידער פֿאַרנומען די שטאָט. װעגן דעם, װי אַזױ װילנער ייִדן האָבן געראַטעװעט זײער קולטור־ירושה פֿון די נאַציסטן, דערצײלט פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן אין זײַן נײַעם בוך „די שמוגלערס פֿון ביכער: פּאַרטיזאַנער, דיכטער און דער פֿאַרמעסט צו ראַטעװען ייִדישע אוצרות פֿון די נאַציסטן.” דאָס בוך איז אָנגעשריבן אין אַ לעבעדיקן סטיל, װאָס לאָזט ממש פֿילן די שפּאַנונג פֿון יענע טראַגישע געשעענישן.

אין פֿאַרגלײַך מיט אײניקע שטודיעס װעגן דעם חורבן, װאָס באַטאָנען דעם אוממענטשלעכן פֿאַרנעם פֿון דער קאָלעקטיװער טראַגעדיע, פֿאָקוסירט זיך פֿישמאַן אױפֿן גורל פֿון יחידים. די פֿיגורן פֿונעם ייִדישן צד זײַנען גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער װעלט: שמערקע קאַטשערגינסקי, זעליק קלמנאָװיטש, אַבֿרהם סוצקעװער, הערמאַן קרוק, חײקל לונסקי. אָבער פֿישמאַן איז אױך פֿאַראינטערעסירט אין די דײַטשישע „מומחים”, װאָס האָבן אױסגעפֿירט דעם באַפֿעל צו ראַבעװען ייִדישע ביכער און דאָקומענטן. דער סיפּור־המעשׂה פֿון זײַן בוך װיקלט זיך אַרום דעם אומגלײַכן פֿאַרמעסט צװישן אָט די צװײ גרופּעס.

די דײַטשן האָבן געשלעפּט בערך 100,000 ביכער אין דער געבײַדע פֿון ייִװאָ, װאָס האָט זיך געפֿונען מחוץ דעם תּחום פֿונעם געטאָ. אָבער כּדי אױסצוסדרן אָט די ביכער האָבן זײ זיך גענײטיקט אין דער הילף פֿון געבילדעטע ייִדן. פֿאַר דער דאָזיקער אַרבעט האָבן זײ געשאַפֿן די אַזױ־גערופֿענע „פּאַפּירענע בריגאַדע”, אַ גרופּע ייִדישע אינטעליגענטן בראָש מיטן ביבליאָטעקאַר הערמאַן קרוק. די טאָגביכער פֿון קרוק און קלמאַנאָװיטש, װאָס האָבן זיך אָפּגעהיט נאָך זײער טױט, געהערן צו די װיכטיקסטע מקורים פֿון דער געשיכטע פֿון װילנער געטאָ. אָבער פֿישמאַן באַנוצט זיך ניט נאָר מיט ייִדישע, נאָר אױך מיט דײַטשישע דאָקומענטן, װאָס לאָזן אַנטפּלעקן די דראַמע פֿון צװײ צדדים.

די אױסגעסדרטע ביכער זײַנען געגאַנגען אין צװײ ריכטונגען: די וואָס האָבן געהאַט אַ ווערט האָט מען געשיקט קײן דײַטשלאַנד אינעם „אינסטיטוט פֿאַר פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער פֿראַגע”, בעת אַלע אַנדערע האָט מען צעשטערט. די „פּאַפּירענע בריגאַדע” האָט גענומען אױף זיך די אױפֿגאַבע צו ראַטעװען װאָס מער ביכער פֿון די דײַטשישע הענט און אַריבערצושמוגלען זײ אין געטאָ. זײ האָבן געהאַלטן, אַז צװישן ייִדן װעט זײַן גרינגער אָפּצוהיטן די ביכער פֿאַר דער צוקונפֿט. זײ האָבן געגלייבט, דערקלערט פֿישמאַן, אַז „אין די ביכער און דאָקומענטן ליגט דער סאַמע עצם פֿון זײער קהילה.‟ סוצקעװער האָט אױסגעדריקט די דאָזיקע האָפֿענונג אין די פּאָעטישע שורות:

אפֿשר אױך װעלן די װערטער
דערװאַרטן זיך װען אױף דעם ליכט
װעלן אין שעה אין באַשערטער
צעבליִען זיך אױך אומגעריכט?

פֿישמאַן דערמאָנט אַ מערקװירדיקן עפּיזאָד: דער דײַטשישער פֿאַרװאַלטער פֿון דער אָפּעראַציע, יאָהאַנעס פּאָל, פֿלעגט לײענען דעם „פֿאָרװערטס” כּדי צו דערװיסן זיך װאָס עס טוט זיך אין דער ייִדישער װעלט. אין 1943 האָט ער איבערגעלײענט אַ נאָטיץ װעגן לעקציעס אינעם ניו־יאָרקער ייִװאָ, און האָט איבערגעגעבן דעם נײַעס קלמנאָװיטשן. בײַ ייִדן איז דאָס געװען אַ בשׂורה־טובֿה, װאָס האָט דערמוטיקט זײער גלױבן אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש. די טעכניק פֿון שמוגלען ביכער איז געקומען צו נוץ װען מען האָט זיך גענומען פֿאַר שמוגלען געװער אינעם געטאָ אַרײַן. די ייִנגערע מיטגלידער פֿון דער “פּאַפּירענע בריגאַדע” זײַנען אַנטלאָפֿן צו די סאָװעטישע פּאַרטיזאַנער ערבֿ דער ליקװידאַציע פֿונעם געטאָ, און לרובֿ האָבן זײ דערלעבט ביז דער באַפֿרײַונג פֿון װילנע.

די געשיכטע פֿון ביכער־שמוגל האָט זיך אָבער ניט געענדיקט מיטן נצחון איבער דײַטשלאַנד. איצט האָט מען געדאַרפֿט איבערפֿירן די ייִדישע אוצרות פֿון דער סאָװעטישער מלוכה אין ייִװאָ אין ניו־יאָרק. פֿישמאַן דערפֿירט זײַן געשיכטע ביז די לעצטע צײַטן, װען נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט ייִװאָ װידער באַקומען צוטריט צו זײַנע מאַטעריאַלן, װאָס מען האָט אָפּגעהיט אינעם ביכער־קאַמער פֿון דער סאָװעטישער ליטע, אַ דאַנק דעם מסירת–נפֿש פֿונעם געטרײַען ליטװישן ביבליאָגראַף.

„די שמוגלערס פֿון ביכער‟ איז אַ װיכטיקער בײַטראָג צו דער ייִדישער קולטור־געשיכטע און הייבט אַרויס די חשיבֿות פֿונעם בוך פֿאַרן המשך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.