בריוו פֿון וואַרשע: צוויי גאָר אַנדערע צערעמאָניעס באַערן דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד

Letter from Warsaw: Two Very Different Ceremonies Mark the Warsaw Ghetto Uprising

אַ פֿרוי לייגט אַ קראַנץ בלומען בײַם דענקמאָל
Getty Images
אַ פֿרוי לייגט אַ קראַנץ בלומען בײַם דענקמאָל

פֿון שמואל נאָריך

Published April 20, 2018.

דאָנערשטיק, דעם 19טן אַפּריל, 2018. — אין אַ שיינעם זוניקן פֿרילינגטאָג האָבן די וואַרשעווער אײַנוווינער, צוזאַמען מיט ייִדן פֿון אויסלאַנד, הײַנט אָפּגעמערקט דעם אויפֿשטאַנד וואָס האָט זיך דאָ אָנגעהויבן אין דעם טאָג מיט 75 יאָר צוריק.

קוקנדיק אויף די פֿאַרבײַגייער זעט מען, אַז אַ דריטל צי אַ פֿערטל פֿון די מענטשן אויף די גאַסן טראָגן געלע פּאַפּירענע נאַרציסן מיט די ווערטער „וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, דעם 19טן אַפּריל 1943.‟ די בלומען, אַ סימבאָל פּאָפּולאַריזירט פֿונעם געוועזענעם געטאָ־קעמפֿער מאַרעק איידלמאַן ז׳׳ל, האָבן צוגעטיילט יונגע פֿרויען און מיידלעך בײַם אַרײַנגאַנג צו די מעטראָ־ און אויטאָבוס־סטאַנציעס.

פּונקט אום האַלבן טאָג האָט אַ סירענע אָפּגעהילכט איבער דער שטאָט. ווי נאָר זי האָט זיך אָפּגעשטעלט, האָט זיך אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע מלוכישע אָנדענק־צערעמאָניע לעבן נתן ראַפּאַפּאָרטס באַרימטער סטאַטוע פֿון די געטאָ־קעמפֿער. דער פּוילישער פּרעזידענט, אַנדריי דודאַ, האָט גערעדט פֿאַרן עולם, ווי אויך די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין אין פּוילן, אַנה אַזרי, און דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ ראָנאַלד לאַודער.

מיט צוויי שעה שפּעטער האָט אַ גרופּע ייִדן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע דורכגעפֿירט אַ צווייטע צערעמאָניע אין מילע 18, דאָס אָרט פֿונעם בונקער אין וועלכן אַ סך אָנפֿירער פֿון די אויפֿשטענדלער, אַרײַנגערעכנט דעם קאָמאַנדיר מרדכי אַניעלעוויטש, זענען באַלאַגערט געוואָרן דורך די דײַטשן און צום סוף אומגעקומען. די הזכּרה בײַם געוועזענעם בונקער פֿון דער „ייִדישער קאַמף־אָרגאַניזאַציע‟ האָט איבערגעגעבן אַ גאָר אַנדער פּערספּעקטיוו ווי פּרעזידענט דודאַס רעדע.

דודאַ האָט באַטאָנט, אַז די ייִדישע געטאָ־קעמפֿער זענען געווען פּוילישע בירגער, וואָס האָבן „געלאָזט פֿלאַטערן סײַ די בלוי־ווײַסע ייִדישע פֿאָן, סײַ די די רויט־ווײַסע פּוילישע,‟ און אַז זיי האָבן „באַקומען ביקסן און קוילן־וואַרפֿערס‟ פֿון דער פּוילישער אונטערערדישער באַוועגונג. דערצו, האָט דודאַ דערקלערט, אַז די וועלט האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם אויפֿשטאַנד, ווײַל די פּוילישע רעגירונג אין גלות האָט געלאָזט וויסן דער „בי־בי־סי.‟ דודאַ האָט באַטאָנט, אַז דער „עס עס‟־קאָמאַנדיר אין וואַרשע, גענעראַל ייִרגן שטרופּ, האָט געשריבן אין זײַנע באַריכטן פֿאַר זײַנע קאָמאַנדירן אין בערלין, אַז „די פּוילישע באַנדיטן האָבן זיך פֿאַראייניקט מיט די ייִדן כּדי צו שיסן אויף די ׳עס־עס׳ סאָלדאַטן.‟ אין אַן אומדירעקטן אָפּרוף אויף פּוילנס נײַעם חורבן־געזעץ, האָט דודאַ געזאָגט, אַז „די וואָס טענהן, אַז די פּאָליאַקן זענען אויך שולדיק אינעם גענאָציד איבער די ייִדן, באַעוולען ביידע פֿעלקער.‟

די אָפֿיציעלע צערעמאָניע האָט זיך געשלאָסן מיטן אויסרופֿן די נעמען פֿון די מענטשן און אָרגאַניזאַציעס וואָס האָבן אָנטייל גענומען אינעם אויפֿשטאַנד. נישט לאַנג נאָך דעם האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע צערעמאָניע אין מילע 18.

די צערעמאָניע, וואָס האָט צונויפֿגעבראַכט דעם „השומר הצעיר”, „דרור” און דעם „בונד”, האָט אָרגאַניזירט פֿייגעלע ראָזענפֿעלד — די טאָכטער פֿון וואַרשעווער לעבן־געבליבענע וואָס האָבן נאָך דער מלחמה געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין מאָנטרעאָל — צוזאַמען מיט אַ דעלעגאַציע פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟. אין דער פּראָגראַם האָט מען אויף ייִדיש און ענגליש פֿאָרגעלייענט לידער, אָנגעשריבן פֿון בונדיסטן און סאָציאַליסטישע ציוניסטן אין דער געטאָ, ווי אויך אַן אויסצוג פֿונעם בוך זכרונות וואָס די געטאָ־קעמפֿערין און ידיעות־ברענגערין וולאַדקע מיד האָט אַרויסגעגעגעבן אין 1947 — „פֿון ביידע זײַטן געטאָ־מויער‟, פֿאָרגעלייענט פֿון איר זון, ד׳׳ר סטיווען מיד. ד׳׳ר מיד האָט דווקא פֿאָרגעלייענט אַן אויסצוג, אין וועלכן וולאַדקע מיד האָט זיך ביטער באַקלאָגט, מחמת די פּוילישע אונטערערדישע באַוועגונג און די פּוילישע „היים־אַרמיי‟ האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו געבן געווער די ייִדישע קעמפֿער. די איינציקע ביקסן, גראַנאַטן און קוילן־וואַרפֿערס וואָס זיי האָבן יאָ באַקומען פֿון פּאָליאַקן זענען געקומען אַ דאַנק אַ צווייטער אונטערערדישער גרופּע: „די פֿאָלקס־אַרמיי,‟ דווקא אַ קאָמוניסטישע. פּרעזידענט דודאַ האָט, פֿאַרשטייט זיך, יענעם פּרט ניט דערמאָנט.

אין אָוונט, פֿאַר ראַפּאַפּאָרטס סטאַטוע איז פֿאָרגעקומען אַן עפֿנטלעכער קאָנצערט מיט אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער און אַ פֿולן כאָר. די מוזיק איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ „ליכט־ספּעקטאַקל‟ פּראָיעקטירט אויף אַ וואָלקן־קראַצער וואָס שטייט אויפֿן זעלבן אָרט פֿון דער אַמאָליקער „שטאָטשיל‟, וואָס די דײַטשן האָבן חרובֿ געמאַכט. דער אָרקעסטער און כאָר האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ טייל פֿון בייטאָווענס נײַנטער סימפֿאָניע. די ווערטער „אַלע מענטשן זײַנען ברידער‟ האָט מען אָבער נישט געזונגען אויף דײַטש, נאָר אויף העברעיִש.